ידיעות מרהיבות מהידען הנפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

ידיעות מרהיבות מהידען הנפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

ידיעות מרהיבות פונעם וועלט בארימטן ידען וחוקר תורה -
הרב הגאון רבי ברוך יודא קליין שליט״א



האבן מאראנצן און לימאנעס עקזיסטירט, אדער זענען געווען בנמצא, אין די צייטן פון חז״ל?

זיי ווערן נישט דערמאנט ביז צו די צייטן פון די ראשונים - דער אויפטו פונם ״סבא קדישא״ הגרש״א אלפאנדרי, און זיין איבערראשענדער פסק וועגן אתרוגים מורכבים און די כשרות פון לימאנעס פאר די ארבעה מינים - דער וואזשנער אויפטו פון ראגעטשאווער גאון און דער פסק פון ״חזון איש״ - די אינטערעסאנטע השערה פון האדמו״ר רבי חנוך העניך מסאסוב, איידים פון ״קדושת יום טוב״ און שווער פוו ״בירך משה״


ציטרוס פרוכטן. דאס איז די קאטעגאריע, אדער דער מין פרוכט, וואס שליסט איין אתרוגים, לימאנעס (lemons), מאראנצן (oranges), גרעיפפרוכטן, פאמעלאס, ליים, און מאנדערינען. זיי וואקסן נאר אין טראפיש-ווארימע קלימאטן און האבן די זעלבע אייגענשאפטן, ענליכע שאלעכץ און קערלעך און על פי רוב אויך א פיטום אויפן שפיץ ביז זיי ווערן געצייטיגט.

אויף לשון קודש איז דער שם הכולל פון ציטרוס פרוכטן: ״פרי הדר״. אדער ״הדר״. צוליב דעם וואס דער אתרוג ווערט אין דער תורה אנגערופן ״פרי עץ הדר״ איז ״הדר״ אין די לעצטע הונדערטער יארן געווארן דער לשון קודש׳דיגער נאמען פאר ״ציטרוס״.

ציטרוס פרוכטן - חוץ דעם אתרוג - זענען פארשפרייט געווארן אין די לענדער וואו אידן האבן געוואוינט ערשט מיט ארום טויזענט יאר צוריק.

שטעלט זיך די פראגע: צי האבן מאראנצן און לימאנעס עקזיסטירט, אדער זענען געווען בנמצא אין די צייטן פון חז״ל אין די מקומת וואו אידן האבן געוואוינט, - אין ארץ ישראל און אין בבל?

אייגענטליך פארוואס דען נישט?

ווייל זיי ווערן קיינמאל נישט דערמאנט אין ש״ס. נישט אין דער משנה און נישט אין דער גמרא.

אין מסכת שבת רעדט די גמרא וועגן דער שאלה פון אויסקוועטשןן שבת תותים (strawberries) ורימונים, אין צוגאב צו זיתים וענבים. אבער קיין אות אחת נישט וועגן לימאנעס.

דאס ערשטע מאל וואו די שאלה פון סחיטה פון לימאנעס ווערט געברענגט, נאך בעפאר דעם שולחן ערוך, איז אין ספר ״שבלי הלקט״, מיט ארום 800 יאר צוריק.

אין צוגאב צו דעם פשוט אינטעלעקטועלן נייגער צי מאראנצן און לימאנעס האבן עקזיסטירט אין די צייטן פון די תנאים ואמוראים, איז עס אויך א נפקא מינה להלכה, בעיקר אין ארץ ישראל.

————————————-
״גדל על כל מים״.

מיר ווייסן לגבי מעשר אז די 7 יאר פון די שנות השמיטה ווערן צעטיילט אין צוויי. דאס ערשטע און דאס צווייטע יאר נאך שמיטה איז מען מחוייב אפצושיידן מעשר שני. דאס דריטע יאר מוז מען אפשיידן מעשר עני. דאס פערטע און פינפטע יאר ווידעראמאל מעשר שני, און דאס זעקסטע יאר ווידעראמאל מעשר עני.

ווען איז אבער דער ״ראש השנה״ פון די יארן? ווען הויבט זיך אן דאס ערשטע יאר, דאס צווייטע יאר, דאס דריטע יאר? זאגט דאך די משנה אין ראש השנה: ״באחד בשבט ראש השנה לאילן כדברי בית שמאי, בית הלל אומרים בחמשה עשר בו״.

דארף מען וויסן: ביי וועלכע פאזע אין זיין וואקס מוז דער בוים האלטן אויף באטראכט צו ווערן צו וועלכן יאר ער באלאנגט.

זאגן אונז חכמינו ז״ל: באילנות הולכים בתר חנטה. דאס הייסט: אויב דער בוים האט חונט געווען פאר חמשה עשר בשבט, לאמיר זאגן פאר חמשה עשר פון דריטן יאר, איז ער נאך מחוייב במעשר שני. אויב האט ער חונט געווען פון חמשה עשר און ווייטער איז ער שוין מחוייב אין מעשר עני.

דאס אלץ איז נאר ביי אלגעמיינע בוימער. ביי רוב בוימער. ווי רש״י זאגט אין ראש השנה דף י״ב ע״ב: ״אילן גדל על מי שנה שחנט בה, שעל ידי שרף שבא באילן לפני חנטה פירותיו חונטין בו, ובו נגמרין ששרף האילן עולה ונכנס בפרי תמיד וממנו גדל״.

אנדערש איז אבער דער אתרוג. לגבי דעם יאר פונם אתרוג גייען מיר נישט בתר חנטה ווי ביי אלגעמיינע אילנות, נאר בתר לקיטה אזוי ווי ביי ירקות. ווייל פונקט ווי ירק איז דער אתרוג ״גדל על כל מים״ (דארט דף י״ד). דאס מיינט אז אין דער צייט וואס אלגעמיינע בוימער איז גענוג די באוואסערונג וואס זיי קריגן פון מי גשמים, פון רעגן, איידער זיי וואקסן ארויס, מוז מען אבער ירקות, און אויך אתרוג בוימער כסדר באוואסערן ביז צו דער צייט וואס זיי ווערן רייף און גרייט געקליבן צו ווערן. דערפאר איז דער אתרוג אין דער זעלבער קאטעגאריע ווי דער ירק. מען גייט ביי ביידע בתר לקיטה.

די זעלבע אייגענשאפט ווי דער אתרוג האבן אויך אלע אנדערע ציטרוס פרוכטן. בוימער פון מאראנצן און לימאנעס פאדערן אויך כסדר׳דידע באוואסערונג. טא אויב האבן זיי עקזיסטערן בימי חז״ל און דאך רעכנט די גמרא אויס נאר דעם אתרוג בוים, אז ביי אים גייט מען בתר לקיטה, מוז זיין אז ביי די אנדערע ציטרוס פרוכטן גייט מען נישט בתר לקיטה. ווייל ווען יא וואלט די גמרא נישט אויסגערעכענט בלויז אתרוג.

פון דער אנדערער זייט אבער, אויב האבן מאראנצן און לימאנעס נישט עקזיסטירט בימי חז״ל, נאר זענען שפעטער צושטאנד געקומען דורך הרכבות, אדער האבן יא עקזיסטירט אין ווייטן מזרח אדער אין אפריקע און זענען ערשט שפעטער אנגעקומען קיין ארץ ישראל, בבל, און שפעטער אייראפע, ווי עס איז לכאורה אנגענומען, קומט אויס אז דער טעם פארוואס די גמרא רעכענט אויס בלויז אתרוג איז דערפאר ווייל דער אתרוג בוים איז געווען דער איינציגער ציטרוס בוים וואס איז דארט געוואקסן. אלע אנדערע ציטרוס בוימער וואס זענען שפעטער אנגעקומען און האבן די זעלבע אייגענשאפטן וואס ״גדל על כל מים״ האבן דערפאר דעם זעלבן דין אז מ׳גייט ביי זיי אויך בתר לקיטה, פונקט ווי ביי אתרוג און ירקות.

————————————-

די מיינונג פונם ״סבא קדישא״ הגה״צ רבי שלמה אליעזר אלפאנדארי זצ״ל.

מיר וועלן אנפאנגען מיטן סאמע שטוינענד איבערראשנדיגן ענטפער אויף דער פראגע. דער ענטפער פונם ״סבא קדישא״ הגאון הקדוש רבי שלמה אליעזר אלפאנדרי זי״ע, דער זקן המקובלים אין פריערדיגן יאר-הונדערט, אין די ת״ר יארן. (אגב: די שיגרא דלישנא וויאזוי דער נאמען ווערט על פי טעות ארויסגעזאג, אפילו ביי ספרדים, איז אלפאנדרי. דער אמת׳ער נאמען איז אבער אלפאנדארי Alfandari. זיין ביאגראפיע ביי אן אנדער געלעגענהייט).

דער סבא קדישא הגרש״א אלפאנדרי זאגט, אז אודאי האבן אלע ציטרוס פרוכטן, לימאנעס און מאראנץ, עקזיסטירט בימי חז״ל אין ארץ ישראל - א לאנד וואס לא תחסר כל בה. איי פארוואס ווערט זיי נישט דערמאנט אין דער גמרא?

פארוואס ווען די גמרא אין סוכה (לה.) איז מברר וואס דאס מיינט דער פסוק מיט ״ולקחתם לכם פרי עץ הדר״ פרעגט די גמרא ״ואימא פלפלין״? פארוואס פרעגט נישט די גמרא ״ואימא לימון״ וואס איז פיל מער ענליך צו אן אתרוג ווי פלפלין, פעפער?

דערפאר קומט דער סבא קדישא אלפאנדרי צו דער מסקנה אז אתרוג און לימון זענען היינו הך! פרי עץ הדר מיינט אלע ציטרוס פירות, הן וואס מיר רופן אתרוג און הן וואס מיר רופן לימון. ביידע זענען איין מין. איינס און דער זעלבער זאך מיט בלויז קליינע חילוקים.

דעם סבא קדישא׳ס אויפטו און נאך מער, זיין פסק לגבי די ארבע מינים זענען געווען נישט ווינציגער ווי רעוואלוצינער. אלפאנדרי האט געהאלטן אז מעיקר הדין איז א לימאנע כשר פאר אן אתרוג. כאטש ער האט מפורש געזאגט אז קיינער זאל נישט וואגן חלילה דאס צו טאן למעשה. אז מען מוז נעמען נאר אן אתרוג ווי עס איז די מסורה מדור דור ווייל ס׳איז אסור משנה צו זיין פון דער מסורה. דאך האט ער געהאלטן אז מעיקר הדין איז א לימאנע כשר פאר אן אתרוג. ער האט דעם אויפטו נאר גענוצט אונטערצושטיצן זיין כמעט דעת יחיד בדורו אז אן אתרוג המורכב איז כשר. ווארים מיט וואס איז מען דען מרכיב אן אתרוג? מיט לימאנעס. נו, לימאנעס זענען אויך כשר מעיקר הדין, האט ער געזאגט.

איי די גמרא דערמאנט נישט לימאנעס? - ווער זאגט דאס? פרעגט הגרש״א אלפאנדרי. יעדעס מאל וואס די גמרא זאגט אתרוג מיינט עס אויך לימאנעס. ס׳איז היינו הך.

מיר וועלן ציטירן פון זיין תשובה:

״נראה טעם הדבר, כשהיו ישראל בארץ לא היה להם שמות לכל הפירות בלשון עברי וגם לא לפרי האתרוג (זולת השבעה מינים המפורשים בכתוב). ורק כשגלו לבבל לקחו משם שמותיהם שכן קראו בשמותם עלי אדמות, וגם אתרוג בכלל, והוא בלשון ארמי, וגם הלימון והדומים לאתרוג מפני שהכל מין אחד והכל הוי בכלל שם אתרוג״.

״ואף שיש איזה שינוי טעם ביניהם לא היו קורים בשם אחר כי אם בשם ׳אתרוג׳ בלבד, כי מה שקורין עתה בשם זה (לימון) הוא לקוח מלשונות עמים אחרים, והם גם כן היו קורים לאתרוג בשם ׳לימון׳ דווקא ולא בשם אחר״.

״ונמצא שבזמן שישראל היו יושבים על אדמתם לא היו יודעים הפרי של ארבעה מינים בשום שם כלל, כי אם בשם ׳פרי עץ הדר׳ דווקא. וגם אחר כך כשגלו לבבל היו קורים לכולם בשם אתרוג לבד ולא בשם ׳לימון׳, ולכן גם בזמן התנאים והאמוראים שנתפרסם להם שם אתרוג על ידי תרגום אונקלוס ואחרים לא ידעו כלל משם ׳לימון׳ ושם אחר כלל. ומפני זה לא הוזכר בכל מקום שם אחר״.

״ואם כן לפי זה, מה שבדורות האחרונים עושים הבדל בשמות, אין ראיה מזה שהם ב׳ מינים. ויכול להיות שמעט שינוי שבהם הוא מחמת שינוי המקומות ושינוי עבודת הקרקע שבאו משם. נמצינו למדים שבדורות הראשונים האתרוג שהיו נוטלים למצוה לא בכל המקומות היה האתרוג דמות אותו האתרוג שווה כמו שהוא עתה בזמננו. ובכן גם אם אנו נאמר שגם הפרי הזה שקורים אותו בשם לימון - מפני ששינו את שמו לשם לימון יהיה פסול? הא ודאי לא מסתברא כלל!…. והוא (הלימון) כשר וישר לברכה לארבעת המינים״.

ווי געזאגט האט הגרש״א אלפאנדארי נישט ערלויבט הלכה למעשה צו נעמען אן אתרוג פאר די ארבעת המינים כדי נישט משנה צו זיין פון דער מסורה. ער נוצט זיין אויפטו נאר אלס א סניף מתיר צו זיין די דעמאלטדיגע אתרוגים מורכבים, ווייל ווי ער שרייבט דאס ״כמעט כל אתרוגי ארץ ישראל מורכבים״

ער ווייסט אז זיין געוואגטע באהויפטונג, פירט ער אויס, אז לימונעס און אתרוגים זענען היינו הך, וועט אויפטרייסלען די וועלט. ״יראתי פן ירוצו גולגלתי, אמנם נכנסתי לפנים ממחיצתי לשם שמים, אמרתי ברוב שרעפי בקרבי, וה׳ יעזור לי״.

דער סבא קדישא האט אנגעשריבן צוויי תשובות וועגן דעם עניין נאכדעם וואס ער איז אנגעקומען קיין ירושלים אין עלטער, לויט ווי ס׳איז אנגענומען, פון 111 (הונדערט און עלף) יאר. די צוויי תשובות זענען שפעטער נאך בחייו איבערגעדרוקט געווארן אין א באזונדער ספר מיטן נאמען ״לימוד זכות״. די ערשטע תשובה באשטייט פון 87 זייטן (רוב פון זיינע תשובות ציען זיך אויף צענדליגער בלעטער) און די צווייטע, וואס איז געווען אן ענטפער צו די משיגים אויף זיין ערשטע תשובה, באשטייט פון 18 זייטן.

די מיינונג פון סבא קדישא בנוגע אתרוגים און בנוגע לימונעס האט ארויסגערופן א שטורם און אנטריסטונג ביי א סך גדולי הדור. אזויווי דער סבא קדישא איז אבער געווען פון די גדולי וצדיקי הדור, אן איש קדוש וגדול המקובלים אין ירושלים, איז די רעאקציע געווען איינגעהאלטן און רעזערווירט.

הגאון רבי יהושע אהרנבורג שרייבט א תשובה דערוועגן אין ״דבר יהושע״. צווישן זיינע ווערטער, וואס זענען געשריבן מיט הכנעה און הערצה, שרייבט ער: ״איכא למיחש דתיפוק מיניה חורבא, ולדעתי ראוי להוציא דבר זה מן הספר כדי שלא לתת יד למתחדשים, והגה״צ יחזיק טיבותא בעלמא דקשוט״.

פונדעסטוועגן שרייבט הגאון רבי ישראל וועלץ אין ״דברי ישראל״ וואס עס האט אים דערציילט איינער פון די גדולי הרבנים פון טבריה אז ״רב גדול מפורסם ירושלמי התייעץ עמו, שרצה לכתוב להסבא קדישא ז״ל נגד פסקו, והזהירו לבל יכתוב בדבר זה כלום כי דבריו הם אמת להלכה, ומי יבוא אחרי המלך את אשר עשה שישב על מדוכה זו הרבה והחליט את פסקו״.
————————

כאטש קיינער האט נישט געוואגט אפן מחולק צו זיין אויפן סבא קדישא, וועלכער איז געווען בימיו פון די גרעסטע גאונים, פון די גדולים טאקע אין הלכה, אין קבלה און אין קדושה, דאך האט קיינער נישט מסכים געווען צו זיין פסק.

די לימאנע וואס מיר קענען איז מיט ארום טויזענט יאר צוריק געבראכט געווארן צום מיטל מזרח, בבל און ארץ ישראל, און אויך קיין אייראפע. דאס ווארט לימאן איז אן אראביש ווארט. די עטימאלאגיע, דער מקור פונם ווארט ״לעמאן״, איז אראביש.

דער גאון און תימנ׳ער פוסק בימינו הרב יצחק רצאבי שליט״א, דער בעל מחבר פון א סך ספרי הלכה פאר תימנער אידן, וועלכער ווערט פאררעכנט ווי דער גרעסטער מומחה אין די כתבי הרמב״ם וואס זענען געשריבן אויף אראביש, - דעם אריגינעלן אראביש לויט וועלכן די תימנער אידן האבן געקענט די כתבי הרמב״ם אין אלע דורות - , זאגט, אז דער רמב״ם האט שוין געוואוסט און האט שוין באנוצט דאס ווארט לימאן אין א רעצעפט וואס ער האט געשריבן פארן מלך פון מצרים, א רעצעפט וואס איז פארבליבן ביז היינט.


אויב דאס איז נישט גענוג, זאגט רבי יצחק ראצאבי, שרייבט דער רמב״ם אויך דעם זעלבן רעצעפט אין משנה תורה להרמב״ם און אויך דארט שרייבט ער לימון. אבער דארט נוצט ער נישט דעם אראבישן ווארט לימאן, נאר דעם לשון קודש׳דיגן ווארט דערפאר.

און וואס איז דער לשון קודש׳דיגער ווארט? הערט און שטוינט.
——————————-

״הקוטפים מלוח עלי שיח״.

אין הלכות דעות אין משנה תורה שלאגט דער רמב״ם פאר א רעצעפט פאר חולי מעיים: ״יאכל בבוקר בבוקר מלוחים שלוקים מתובלים בשמן זית״. דעם זעלבן רעצעפט ווי דאס וואס ער האט פארשריבן פאר׳ן קעניג פון מצרים. נאר אין דער צייט וואס אין דעם אראבישן רעצעפט פארן קעניג נוצט דער רמב״ם דעם אראבישן ווארט ״לימאן״ נוצט ער אין הלכות דעות אין משנה תורה דאס ווארט ״מלוח״, אדער ״מלוחים״ בלשון רבים.

דער פסוק אין איוב ״הקוטפים מלוח עלי שיח״, וואס די מפרשים טייטשן טאקע אז דאס איז א מין געוואוקס, קענען אלע פון דער גמרא אין חגיגה וואס די גמרא נוצט קעגן די וואס זענען מפסיק אין מיטן לערנען. זאגט הגאון רבי יצחק רצאבי אז דער געוואוקס מלוח איז נישט עפעס אנדערש ווי א לימאנע. דער רמב״ם נוצט דעם זעלבן רעצעפט אין משנה תורה ווי פאר׳ן מיצריש׳ן קעניג, נאר דא אין ״מדע״, ״הלכות דעות״ אין משנה תורה נוצט ער נישט דעם אראבישן ווארט לימאן נאר דעם לשון קודש׳דיגן ווארט ״מלוח״.

הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ״ל האט לויט דעם גע׳טענה׳ט: וויבאלד דער רמב״ם האט שוין געוואוסט פונם לימאנע פארוואס שרייבט ער ביי די דיני אילנות ״האתרוג בלבד משאר פירות האילן הרי הוא כירק״. וואס מיינט דאס ״בלבד״? זאגט רבי שלמה זלמן אז דער רמב״ם מיינט לאפיקו לימאנעס פון וואס דער רמב״ם האט שוין געוואוסט, און לאפיקו פון אלע אנדערע ציטרוס בוימער. אז אלע אנדערע ציטרוס בוימער חוץ דעם לימאנע האבן דעם דין ווי סתם אילנות לגבי מעשר, נישט ווי ירקות.

דער סבא קדישא אלפאנדרי פאר אים האט אבער גע׳טענה׳ט פונקט פארקערט: וויבאלד דער רמב״ם האט שוין געוואוסט פון לימאנעס פארוואס שרייבט ער קיינמאל נישט אז א לימאנע, אדער אן אתרוג וואס איז מורכב פון א לימאנע, איז פסול פאר די ארבעה מינים? מוז זיין אז דער רמב״ם האט געהאלטן אז א לימאנע איז היינו הך ווי א אתרוג. דערפאר פסק׳ט דער סבא קדישא אז בשעת הדחק ווען ס׳איז אוממעגליך צו באקומען אן אתרוג איז מען מחוייב צו נעמען א לימאנע אנשטאט אן אתרוג.

(דער ערשטער וואס האט געזאגט כמעט דאס זעלבע ווי דער סבא קדישא, לכל הפחות לגבי גיין בתר לקיטה, איז פאקטיש געווען הגאון מהר״ש סירליאו מיט הונדערטער יארן פריער, אין זיין פירוש אויף ירושלמי, וואו ער שרייבט אז א לימאנע איז פונקט ווי אן אתרוג און מ׳גייט בתר לקיטה.
———————

דער חזון איש.

דער חזון איש אין הלכות שביעית (סימן ז׳ סקי״ד) איז מסופק צי לימאנעס און ציטרוס פרוכטן האבן די זעלבע הלכות ווי אתרוגים. ער שרייבט ״קרוב הדבר שזה מין אתרוג״ פונדעסטוועגן איז עס א ספק און מ׳קען נישט מכריע זיין אהער צי אהין. דערפאר שרייבט ער מוז מען מחמיר זיין אויף ביידע צדדים. אפשיידן, אין די יארן וואס זענען מוטל בספק, אין דריטן און זעקסטן יאר פון שמיטה, סיי מעשר שני און סיי מעשר עני. הן פון לימאנעס און הן פון מאראנצן און אנדערע ציטרוס ״פרי הדר״ פרוכטן.

דער חזון איש איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל דריי יאר נאך דער הסתלקות פונם סבא קדישא אלפאנדרי וועלכער האט ווי געזאגט געהאלטן אז אין ארץ ישראל זענען נישט פאראן קיין אתרוגים בלתי מורכבים. דער חזון איש האט אבער אידענטיפיצירט דריי פרדסים וואו עס וואקסן אתרוגים בלתי מורכבים. אין כפר חיטין, אין אום אל-פחם און אין שכם.

האט ער פון דארט געקויפט קערנדלעך און זיי געגעבן צו דריי פון זיינע תלמידים אנצופלאנצן אתרוג בוימער און פרדסים. זיי זענען ארויסגעוואקסן אין ביז היינט טראגן זיי די נעמען פון די דריי תלמידים: לעפקאוויץ, בראווערמאן, און פערלמאן. פון זיי זענען שוין אנגעזייט געווארן און האבן שוין ארויסגעשפראצט פילע אנדערע פרדסים.

——————————-

דער וואזשנער חידוש פון ראגעטשאווער גאון.

גאר וואזשנע און אריגינעל איז דער אויפטו פון הגאון רבי יוסף ראזען, דער ראגעטשאווער גאון זצ״ל . ווער זאגט עס אז מאראנצן ווערן נישט דערמאנט אין דער גמרא? לויט אים ווערן זיי שוין גאר דערמאנט.

אין מנחות דף כח שילדערט די גמרא דעם געבוי פון דער מנורה אין בית המקדש, וואס איז געווען משוקדים כפתוריה ופרחיה. וואס איז דאס כפתוריה? זאגט די גמרא: ״כפתורים למה הן דומין? כמין תפוחי הכרתיים״. די כפתורים פון דער מנורה האבן אויסגעזען ווי די תפוחי הכרתיים.

וואס זענען דאס די תפוחי הכרתיים?
זאגט רש״י אז דאס איז א ״שם מקום״. דער יעב״ץ אין זיינע הגהות זאגט: ״נראה שהוא שם מדינה, ככתוב ׳גוי כרתים׳, שם גדלים אותם תפוחים״.

דער רמב״ם אין הלכות בית הבחירה (פ״ג ה״י) זאגט אז דאס איז נישט דער נאמען פון אן ארט נאר די צורה, די פארם פון א פרוכט. ״הכפתורים כמין תפוחים כרותים, שהן ארוכים מעט, כביצה ששני ראשיה כדין״. וואס מיינט: נישט אינגאנצן רונדיג נאר אן אוואל (oval) פארמאט.

קומט דער גאון הדורות דער ראגעטשאווער גאון און זאגט א וואזשנע איבערראשנדן חידוש: כרתי איז נישט קיין לאנד, נישט קיין נאמען פון א פלאץ און נישט קיין צורה אדער פארמאט. וואס איז כרתי? א פארב.

וואס זענען די תפוחי כרתי?

זאגט דער ראגעטשאווער: ״ונראה לי שזה הני תפוחי זהב, מלשון כרתי דסוכה״.

תפוחי כרתי זאגט דער ראגעטשאווער זענען נישט מער און נישט וויינגער ווי מאראנצן! ״תפוחי זהב״ ווי מ׳האט אין די צייטן פון ראגעטשאווער גערופן מאראנצן. (שפעטער האבן די ציונים פארקירצט, מאדערניזירט און העברעאיזירט דאס ווארט צו ״תפוז״, ״תפוזים״).

מיר וועלן שוין צוריק קומען צום ראגעטשאווער און זיין אויפטו. ערשט אן אנדער נישט ווינציגער איבערראשענדער חידוש, אדער השערה, וועגן דעם עניין.

———————————-

דער אויפטו פון האדמו״ר רבי חנוך העניך מסאסוב, איידים פון ״קדושת יום טוב״ און שווער פון ״בירך משה״.

מיט ארום 60 יאר צוריק איז דאהי אין אמעריקע געדרוקט געווארן דער ספר ״עין חנוך״ וואס אנטהלאט הגהות פון דער כתי״ק פון האדמו״ר רבי חנוך העניך מסאסוב זצ״ל, איידים פון ״קדושת יום טוב״ זצ״ל און שווער פון ״בירך משה״ זצ״ל בזיוו״ר, הגהות וואס ער האט געהאט אנגעצייכענט אויף די גליונות פון זיין שולחן ערוך.

האט ער געהאט אנגעצייכענט אין הלכות ברכת הפירות ביי די דינים פון ברכה אחרונה אויף די שבעת המינים: ״נ״ב: רימון - הוא מה שקורין ׳מאראנטץ׳, וכן מה שקורין ׳מילגרוים׳ ״.

קומט אויס אז נישט בלויז האט דער מאראנץ תמיד עקזיסטירט און איז שטענדיג געווען בנמצא נאר ער איז גאר איינער פון די שבעת המינים.

איז אבער פאראן א תשובה ספר פון סאסובער רבי׳ן, שאלות ותשובות ״יד חנוך״, וואו ער זאגט מער גענוי וואס ס׳איז זיין מיינונג.

אין תשובה כ״ב שרייבט ער: ״אשר כתב ששמע בשמי שדעתי כי הפרי הנקרא מאראנצן הוא מין ממיני הרימונים והיא פרי חשובה בפירות הארץ, מה שאין כן מה שקורין מילגראם״

״הנה לא כך אמרתי. רק בתוך אחד השיחים אמרתי בודאי שגם המילגראם הוא תחת סוג הרימונים, אבל יוכל להיות שגם המאראנצן הוא מסוג רימון. וגם זה לא אמרתי בהחלט, רק דרך אפשר, כנראה בפסיקתא שהרימון היא פרי החשובה שבפירות הארץ, ואותו מין שקורין מילגראם אינו חשוב כל כך כידוע..״.
————————————

דעם פריער דערמאנטן אויפטו פון ראגעטשאווער גאון, אז ״תפוחי הכרתיים״ פון דער גמרא אין מנחות מיינען מאראנצן, געפינט זיך אין א תשובה וואס ער האט געשריבן אין שנת תרצ״ו. ער האט די תשובה געשריבן צו אן אנפרעגער פון ארץ ישראל. דער שואל איז געווען אנאנים. ער האט נישט אונטערגעשריבן זיין נאמען. ער האט געוואלט בלייבן בעילום שם. באצייכענט אים דער ראגעטשאווער אלס ״הפלוני אלמוני שיחיה״.

די שאלה פון דעם שואל איז געווען צי מאראנצן, וועלכע זענען דעמאלט געוואקסן בשפע אין ארץ ישראל, זענען מחויב אין לקט, שכחה און פאה.

ענטפערט אים דער ראגעטשאווער: ״ולפי הנראה הם נקראים בגמרא תפוחי הכרתים״.

ווער איז עס געווען דער אנאנימער שואל פון ארץ ישראל וועלכער האט געוואלט בלייבן בעילום שם?

מיט יארן שפעטער איז אנטפלעקט געווארן אז דער אנאנימער אנפרעגער פוו ארץ ישראל איז געווען נישט קיין צווייטער ווי דער רבן ומאורן של ישראל דער חזון איש!

דער חזון איש האט אנגעשריבן די שאלה אן אונטערשרייבן זיין נאמען און געשיקט די שאלה דורך איינעם פון זיינע מקורבים. דער מקורב האט פון זיין זייט געשריבן צום ראגאטשאווער אז דער שואל איז א רוצה בעילום שמו אבער ס׳רעדט זיך פון אן ״אי״ש גדול כותר כתרים בתורה״.

מיט א דור שפעטער איז אנטדעקט געווארן דער כתב יד פון חזון איש, בייגעלייגט דא, אין וועלכן ער שרייבט צום ראגעטשאווער גאון: ״ילמדנו רבינו אי תפוחי זהב חייבין בלקט שכחה ופאה״.

וירא תשפ״ב,
ברוך יודא קליין.
לעצט פארראכטן דורך התחברות אום פרייטאג אקטאבער 22, 2021 2:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

איבער דעם גאון הגאונים רבי יעקב לוי - שהיה בקי בכל חדרי תורה - מבלי יודעים עד יום פטירתו.


רבי יעקב לוי זצ״ל.

ווער איז געווען דער מיסטעריעזער גאון רבי יעקב לוי זצ״ל, דער גאון טמיר ונעלם וצדיק נפלא וואס היינט דאנערשטאג י״א אלול איז זיין 51סטע יארצייט? - דער גאון פלאי וואס ביי זיין לויה האט הג״ר אברהם ווארנער, דער רב פון נתניה, געזאגט, אז זינט דעם גר״א איז כמעט נישט געווען נאך אזא גדול וואס האט געדענקט כל התורה כולה בעל פה און איז צו דער זעלבער צייט אויך געווען א בקי בכל המדעים - דער גאון דער מאטראז: הרב הדומה ״למלח״.


אויב האט איר קיינמאל נישט געהערט פון דעם זעלטענעם גאון מיט א דור צוריק, זייט איר נישט אליין. רוב פון די וואס לייענען די שורות זעען דעם נאמען רבי יעקב לוי דאס סאמע ערשטע מאל.

הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ״ל, דער בעל ״שבט הלוי״, וועלכער האט סוף ימיו זיך מיט אים באקענט, האט געזאגט, אז דאס וואס די וועלט ווייסט נישט פון אים איז נאר ווייל רצון יראיו יעשה. רבי יעקב לוי האט רוב ימיו מתפלל געווען און אנגעוואנדן אלע מעטאדן ער זאל נישט נתפרסם ווערן.

ווייזט אויס אז זיין אנטלויפן פון פרסום איז אים געראטן אויף צו בלייבן א טמיר ונעלם אפילו א יובל יארן נאך זיין הסתלקות.

———————————

געווען איז עס אין תש״ט. די פירער פון דער נאר וואס געגרינדעטער מדינה האבן באזעצט די עולים פון מאראקא, פון צפון אפריקע און פון אנדערע אראבישע מדינות, אין ״מעברות״ - דאס זענען געווען אזעלכע צייטוויליגע איבערגאנגס, אדער טראנזיט, ישובים, וואו די עולים האבן געדארפט ארבעטן אליין, אן רעגירונגס שטיצע, פאר זייער פרנסות.

איינע אזא מעברה איז געווען די ״מעברת פרדס חנה״, וואו די פיזישע באדינגונגען זענען געווען גאר שווער און דער גייסטיגער, רוחניות׳דיגער מצב, נאך שווערער.

א גרופע חרדישע עסקנים פלעגט קומען מחזק זיין די עולים און פרואווען זיי צו ראטעווען ברוחניות. צווישן די חרדישע ״פעילים״ האט זיך אויך געפונען דער רב פון דעם שכינות׳דיגן יישוב ״פרדס חנה״, הגאון רבי יהושע זעליג דיסקין זצ״ל, וועלכער איז געווען א מקורב צום חזון איש און צום פאניעוועשער רב, און איז געגאנגען אין זייער שליחות.

איין טאג קומט הרב דיסקין צו דער מעברה און זעט ווי צווישן די ארבעטער וואס גיסן פעך און פלאסטערן דעם שאסיי געפינט זיך א איד מיט א הדרת פנים זקן, א גרויע בארד און לאנגע פאות. זעענדיג ביי וואס פארא עבודת הפרך דער פרומער איד מיט אזא איידעלער צורה מוז ארבעטן איז ער צוגעגאנגען אים מחזק זיין.

זייענדיג זיכער אז דער איד איז פון מאראקא אדער פון די אנדערע צפון אפריקאנער מדינות האט הרב דיסקין אנגעהויבן רעדן מיט אים אין לשון הקודש. ווי איבערראשט איז ער אבער געווארן ווען דער איד האט אים געענטפערט אין א היימיש זאפטיגן, פויליש חסידישן אידיש.

ווען ער האט אים געפרעגט ווי ער הייסט האט ער געענטפערט יעקב לוי. הרב דיסקין האט אים געוואלט מחזק זיין אין אנבליק פון זיין פיזישער שווערער ארבעט. האט דער ר׳ יעקב לוי אים געזאגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס ער זאל זיך נויטיגן אין חיזוק. רבי יעקב לוי האט אים תוך כדי דיבור און תוך כדי דער שווערער ארבעט צוזאמענגעווארפן א שלל מיט דברי תורה און ווארימע ווערטער פון חסידישע ספרים.

הרב דיסקין האט געזען אז דער איד איז א בר אוריין האט ער גענומען מיט אים רעדן אין לערנען. דא איז געקומען זיין גרעסטע איבערראשונג: דער איד האט ארונטערגעלייגט זיין ארבעטס געצייג און ס׳האט זיך פון אים גענומען גיסן ש״ס ופוסקים, בבלי און ירושלמי, ראשונים ואחרונים, אלץ ממש אויפן לשון.

רבי יהושע זעליג דיסקין איז גלייך צוריקגעפארן צו עטליכע רבנים און גדולי התורה און זיי דערציילט אז ער האט באגעגנט א איד וואס ארבעט ביים פלאסטערן די וועגן, וואס אזא גאון האט ער נאך קיינמאל נישט באגעגנט. א איד וואס איז נישט בלויז א גאון הגאונים נאר איז א יודע לספור את התורה באותיותיה, פשוטו כמשמעו.

עטליכע רבנים און עסקנים זענען אריבערגעפארן קיין פרדס חנה און ווען זיי האבן זיך אליין איבערצייגט אין דער וואונדערליכער ערשיינונג האבן זיי אים געזאגט: ״עד כאן, איר וועט מער נישט ארבעטן ביים פלאסטערן וועגן אדער ביי סיי וואספארא פיזישע ארבעט. עס ווארט אייך א בכבוד׳יגע רבנות שטעלע״.

רבי יעקב לוי האט זיי געענטפערט אז דאס גאנצע לעבן איז ער אנטלאפן פון ״בכבוד׳יג״ און פון זיין א משתמש בכתרה של תורה. פונקט ווי השי״ת האט אים געבענטשט מיט א שטארקן מח און מיט א פאטאגראפישן זכרון, האט ער זיי געזאגט, האט ער אים אויך באשאנקן מיט אויסטערלישע פיזישע כוחות. דאס גאנצע לעבן האט ער עוסק געווען אין תורה און צו דער זעלבער צייט פיזיש געארבעט פאר פרנסה, וועט ער דאס ווייטער טאן.

ער האט זיי דערציילט אז כל ימיו האט ער געארבעט אדער ווי א מאטראז אויף א שיף, אדער ווי א טרעגער, וואס טראגט פיזיש סחורות און שווערע לאסטן. ער וואלט געהאט חשק נאכאמאל צו ארבעטן אויף א שיף. דארט וועט ער קענען בהתבודדות עוסק זיין אין תורה און אין עבדות השם.

אין ארץ ישראל האט דאן געוואוינט הגאון רבי שמאי גינזבורג זצ״ל, בעל מחבר פון די ספרים ״אמרי שמאי״, א תלמיד חכם עצום וידען מופלג, וועלכער האט אויך קיינמאל נישט געוואלט אננעמען קיין רבנישע פאזיציע. אפיציעל איז ער געווען דער גבאי פון גערער רבי׳ן דער ״אמרי אמת״ זצ״ל. ער האט אבער געצויגן זיין פרנסה פון אפגעבן זיך מיט השגחות אויף כשרות, און פון זיין א הויפט משגיח אויף אנדערע משגיחים פון כשרות.

רבי שמאי גינזבורג איז געווען צווישן די וואס האבן באזוכט רבי יעקב לוי און איז ארויס פון די כלים פון דער זעלטנער ערשיינונג. ווען רבי שמאי האט געהערט רבי יעקב לוי׳ס באגער צו ארבעטן אויף א שיף האט ער אים אויפגענומען אלס א משגיח אויף כשרות אויף איינעם פון די שיפן.

ס׳איז געווען נאך פאר דער תקופה פון קאמפיוטערס, איידער די תורה׳דיגע סוירטש פראגראמען, פלעגט רבי שמאי גינזבורג, ווען אימער ער האט געזוכט א מקור וואס ער האט נישט געקענט געפונען, זיך ווענדן צו רבי יעקב לוי, וועלכער האט קיינמאל נישט אנטוישט. רבי שמאי האט אין זיינע ספרים פארצייכענט א סך חידושים וואס ער האט געהערט פון רבי יעקב לוי.

ווער איז אלזא געווען דער מיסטעריעזער גאון מופלא ומכוסה, דער איש טמיר ונעלם וואס ידע כל הנסתרות?
———————


די געשיכטע פון רבי יעקב לוי הויבט זיך אן טאקע אויפן וואסער, - על ימים יסדה.

רבי יעקב לוי איז געבוירן אין איינעם פון די בארימטסטע פארט-שטעט אין אייראפע. אין דער שטאט סעוואסטאפאל (Sevastopol), די גרעסטע שטאט אויף דעם קרים (Crimea) האלב-אינזעל, פון די הויפט האפענס אויפן שווארצן ים
(Black Sea).

לפי חשבון איז ער געבוירן ארום שנת תרנ״ה. זיין טאטע רבי אברהם לוי איז געווען א סטריקעווער חסיד און א גרויסער תלמיד חכם. אין סעוואסטאפאל האט עקזיסטירט א חסידישע ״פוילישע שטיבל״, וואס איז באשטאנען פון פוילישע אידן וואס האבן זיך דארט באזעצט, צוליב געשעפטן אדער אלס פליטים פון דער רוסישער ארמיי. ר׳ אברהם לוי איז געווען א תלמיד חכם עצום, פון די חשוב׳סטע אידן פון פוילישן שטיבל און פון דער ארטיגער אידישער קהילה.

דארט, אין פוילישן שטיבל, איז יעקב לוי פון קינדווייס אן געזעסן און געלערנט איינער אליין. מיט זיין געניאל עלויאישן מח און ווירקליך פאטאגראפישן זכרון האט ער ביי די ניין יאר זיך געלאזט פארהערן די דריי בבות מיט תוספות און א גרויסן חלק הלכות איסור והיתר פון ערשטן חלק יורה דעה.

אויף די עלטערע יארן האט ער דערציילט אז ווען ער איז אלט געווארן צוועלף יאר האט ער געפרעגט פון זיין טאטע׳ן וויאזוי זיך צו גרייטן צו דער בר מצוה. ער האט געמיינט אז דער טאטע וועט אים הייסן מסיים זיין ש״ס. זיין טאטע האט אים אבער געזאגט אז נישט דאס ערווארט ער פון אים. האט ער אנגעבאטן זיך צו לאזן פארהערן של״ה הקדוש, וואס אנטהאלט כל חלקי התורה, נגלה, נסתר, פלפול, מוסר, קבלה און פנימיות התורה. זיין פאטער איז געווען שטארק צעפרידן.

א קורצע צייט נאך דער בר מצוה האט זיין גליקליכע וירא מנוחה כי טוב זיך געענדיגט. ער איז ל״ע פאר׳יתומ׳ט געוווארן פון ביידע עלטערן און האט זיך געמוזט ראנגלן איבער זיינע רעכטן אין דער ירושה.

פלוצים האט ער זיך געפונען איינער אליין. בלייבענדיג אן א ירושה און אן אן הכנסה איז ער געווארן געצוואונגען אליין צו זוכן פרנסה. באשאנקן מיט פיזישע גבורה האט ער גענומען ארבעטן ווי א טרעגער. דאס הייסט שלעפן און טראגן שווערע לאסטן און פעקלען פאר סוחרים און יחידים. רוב שעה׳ן פון טאג איז אבער געווען לא פסק פומיה מגירסא.

ווען ער איז געווען הגיע לפרקו האט ער זיך געצויגן קיין וויען, עסטרייך, וואו ער האט חתונה געהאט. עס זענען אים דארט געבוירן צוויי זין וואס לויט ווי ער האט שפעטער דערציילט האבן זיי פונקט ווי ער געהאט גאונישע מוחות און זענען געווען עילויים מופלגים.

אין וויען האט ער אין תרצ״ו באגעגנט דעם ראגאטשאווער גאון וועלכער איז געקומען פרואווען זיך היילן אויף די נירן. ער פלעגט באזוכן דעם ראגאטשאווער אין שפיטאל וואו ער האט מיט אים א סך גערעדט אין לערנען.
————————————

״הספנים רובם חסידים״.

צוליב פרנסה האט ער זיך מיט זיין משפחה געצויגן קיין מארסיי, פראנקרייך, וואו ער האט געארבעט אויף דער פארט און שפעטער אלס מאטראז אויף שיפן וואס האבן אים געפירט צו פארשידענע פארווארפענע מדינות. ער האט דאס געטאן כדי זיך צו קענען מתבודד זיין בינו לבין קונו אין תורה און עבודת השם. ער פלעגט דאס גאנצע לעבן עסן כמעט נאר פירות און ירקות און פלעגט פאסטן לכל הפחות צוויי טאג א וואך.

אלס אן אויטאדידאקט, וואס האט זיך אלץ אליין אויסגעלערנט, איז ער געווען א בקי אין פארשידענע חכמות און וויסענשאפן. ער איז געווען א גרויסער בקי אין חכמת התכונה און וויסענשפטלער אין מדינת ישראל האבן אים שפעטער געוואלט אנערקענען אלס איינער פון די גרעסטע עקספערטן אין אסטראנאמיע.

אין זיינע וואנדערונדען איז ער אנגעקומען צו פארווארפענע אידישע קהילות איבער דער וועלט און ער האט פארשריבן זייערע אייגענארטיגע מנהגים. ער האט אויך אויפגעכאפט די שפראכן פון די לענדער וואו ער האט באזוכט און איז געווען פליסענד אין פערצן שפראכן.

ווען די נאציס האבן אריינמארשירט קיין פראנקרייך איז ער מיט זיין פרוי און צוויי זון אנטלאפן קיין אלזשיריע, אין צפון אפריקע, וואס איז געווען באהערשט דורך פראנקרייך.

ס׳איז אים געלונגען צו ראטעווען קיין אלזשיריע זיינע חיבורים וואס ער האט געהאט אפגעשריבן. אין אלזשיריע האט ער אויך געשאפן און אפגעגעשריבן א מאנומענטאלע ווערק, א תורה׳דיגע ענציקלאפעדיע וואס האט, לויט ווי ער האט אויף די עלטערע יארן דערציילט, אנטהאלטן צוואנציג טויזענט סימנים, אדער ערכים.

פון דארט האט ער אויך באזוכט די אידישע קהילות און די גדולי התורה אין די מגרב לענדער, מאראקא, ליביע און טוניס. (מאראקא הייסט ״מאגרעב״ אויף אראביש, צוליב דעם וואס מאראקא איז אין מערב׳דיגן טייל פון צפון אפריקע. ״מאגרעב״ איז טייטש מערב אויף אראביש. דער גאנצער ראיאן פון אלזשיריע, ליביע און טוניס, איז אמאל גערופן געווארן מגרב, אדער אויף לשון הקודש ״ארצות המערב״, ווי מ׳זעט אפט אין אור החיים הקדוש און אין אנדערע ספרים).

אט איז וואס ס׳האט שפעטער דערציילט איינער פון די ספרדישע גדולים פון יענע מדינות, הגאון רבי דוד עובדיה זצ״ל, פון די הויפט רבנים פון מאראקא:

״אתייחס כעת לאיזה אדם שהופיע בין שנת תש״ד-תש״ה. גאון בריא ובעל קומה רבי יעקב הלוי ז״ל, אשר ידע כל התלמוד בעל פה וגם התוספות בכל דף מהתלמוד. כגון פעם שאלתיו איפה נזכר השם ״בטיט״. מיד ענה לי, זה בתוס׳ של מסכת פלונית בדף פלוני. הוא אמר לי שאם אני אכניס סיכה (א נאדל, אויף אידיש) בראש המסכת הוא יכול להגיד לי באיזה תיבה נגע הנקב שלה בכל דף ודף. לפעמים היה אומר לי קח עט ורשום מספרים שאגיד לך, ואם איזה מספר לא היה מרוצה ממנו היה אומר להעביר עליו קולמוס. אחרי שהיה מפסיק על כמה מספרים היה חוזר על המספרים בעל פה, וכשהיה מגיע למקום הטעות היה מציין עליו מה היה ומה רשמנו במקומו.

״גם האוכל שלו היה משונה כי אכל בכל יום אפונה חמס אחד שלוק, ובשבת היה אוכל רק קצת החלה היותר מצומק ושרוף, עם כוס יין, ומתחיל לזמר ולהלל, והוא אמר, אתם הקיבה שלכם שולטת עליכם מפני שאתם אכלתם הרבה והרחבתם אותה, מה שאין כן אני הקיבה שלי צרה ושומעת היא מה שאני מצווה עליה.

״והנה אחרי כמה שנים, כשנסעתי לארץ ישראל בי׳ באב תשי״ג, ביקשתי לראות את המשגיח ורב האונייה, והנה המשגיח הוא עצמו רבי יעקב לוי ז״ל. לא אוכל לתאר את שמחתי כמה גדלה כאשר ראיתיו. ועמו עברתי הפלגה של שבוע ימים. בכל לילה היה בא ודופק על חדרי ויצאנו ללמוד תורה כל הלילה על סיפון האונייה.

״בלילה אחד שאלני האם אני מוכן ללמוד בענייני תכונה. ואמר לי והראני המזלות באיסוף הכוכבים אשר נראים רק בשמי הים ולא בשמי היבשה. וכך התגלגלו הדברים עד שבלילה אחד אמר לי שהרשב״ם בפירושו על התורה הזכיר ופירש על יש״ו הפסוק כי יסיתך אחיך בן אימך וכו׳. ומיד הלך לחדרו והביא רשב״ם דפוס קדמון, והראני פירוש זה״.

————————-

אין תש״ב האבן די דייטשע געפאנצערטע דיוויזיעס פון פעלדמארשאל ראמעל איינגענומען די מאגרעב לענדער פון צפון אפריקע. ר׳ יעקב לוי האט זיך דאן געפונען אין ליביע און צוזאמען מיט אנדערע אידן איז ער אריינגעשליידערט געווארן אין א נאצישן קאנצענטראציע לאגער נעבן דעם מדבר סאהארא. במשך פון צוויי און א האלב יאר איז ער געפייניגט געווארן דורך די רשעים ימ״ש מיט עינויים קשים ומרים. ער איז בחסדי ה׳ ניצול געווארן, אבער זיין פרוי און צוויי זין זענען אומגעקומען על קידוש ה׳. הי״ד.

צוזאמען מיט זיין פאמיליע האט ער אויך פארלוירן זיינע ספרים און חיבורים. כל ימיו האט ער באדויערט די אבידה פון זיינע חיבורים.

טראץ די פיזישע יסורים פון וואס ער האט דאס גאנצע לעבן געליטן איז ער תמיד געווען בשמחה. הגאון רבי שמואל וואזנער דער בעל שבט הלוי פלעגט זאגן: ״מענטשן באוואונדערן זיין אויסטערלישע גאונות. איך ווער בעיקר נתפעל פון זיין אויסעטערלישע יכולות צו זיין א מקבל ייסורים באהבה״.

——————————

ווי געזאגט האט הגאון ר׳ שמאי גינזבורג אים אויפגענומען אלס א משגיח כשרות אויך א שיף. במשך פון צוועלף יאר איז ער נישט אראפ פון דער שיף. זיין קאמער אויף דער שיף איז געווען אן אוצר הספרים, פון הונדערטער ספרי הלכה ואגדה. רוב שעה׳ן פון טאג איז ער געזעסן בהתבודדות אין זיין צומער און געלערנט, חוץ פון די צייטן וואס ער האט געמוזט זיך אומקוקן אויף כשרות. ביינאכט פלעגט ער אפט שפאצירן אויפן דעק פון דער שיף און זיך איינקוקן אין די הימלען באטראכטענדיג די גאלאקסיעס פון די מערכות הכוכבים.

טראץ דעם וואס ער זעלבסט איז געווען דער משגיח אויף כשרות האט ער אליין אבער נישט געגעסן קיין געקאכטע מאכלים. ער פלעגט עסן בלויז פירות און ירקות. ווי ער פלעגט שפעטער זאגן האט ער נישט געוואלט זיך פארלאזן אויף דער כשרות פון דער רבנות.

ווען ער האט אויך דער שיף באגעגנט היימישע אידן האט ער מיט זיי פארברענגט אין שמועסן דברי תורה ודברי חכמה. ער איז געווען א נוח לבריות און אנגענעמער שמועסער. פאר די רייזענדער מיט וועמען ער האט פארברענגט איז ער געווען א לעבעדיגער מוסטער אויף דעם וואס די גמרא ירושלמי זאגט: ״הספנים רובם חסידים״.

דער וויזשניצער רבי דער ״אמרי חיים״ זצ״ל איז אמאל געפארן מיט זיין זון דער שפעטערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי אויף דער שיף. רבי חיים מאיר, דער וויזשניצער רבי, האט פארברענגט מיט ר׳ יעקב לוי אין לאנגע דערהויבענע שמועסן. מיט יארן שפעטער האט ר׳ יעקב לוי דערציילט איבער דער געוואלדיגער התמדה פון מאנסי וויזשניצער רבי׳ן במשך פון דער גאנצער נסיעה.

—————————-
א גרויסן חלק פון דער ביאגראפישער אינפאראציע וואס מיר ווייסן פון רבי יעקב לוי קומט פון הגה״ח רבי חיים מענדל שטייגער זצ״ל, וואס סוף ימיו, ווען רבי יעקב לוי האט אין זיינע לעצטע יארן זיך געפונען אין א מושב זקנים אין נתניה, איז ער געווען פון זיינע נאענטסטע מקורבים.

הרה״צ חסידא ופרישא רבי חיים מענדל שטייגער איז געווען א תלמיד מובהק פון הגאון הצדיק רבי מאטעל סלאנימער זצ״ל, מיט וועמען ער האט געלערנט נגלה און נסתר. ער האט זיך באזעצט אין קרית צאנז אין נתניה וואו ער איז געווען א משפיע און מגיד שיעור. מיט צוויי יאר צוריק כ״ה אדר תשע״ט איז ער פלוצים אוועק אין עלטער פון 86 יאר.

רבי חיים מענדל שטייגער האט דאס ערשטע מאל באגעגנט רבי יעקב לוי׳ן טאקע אויף דער שיף. גענוי מיט 68 יאר צוריק, פרשת כי תצא שנת תשי״ג, איז ר׳ חיים מענדל געפארן אויף א נסיעה פון חיפה קיין מארסיי, פראנקרייך.

״מיר זענען ארויסגעפארן זונטאג פרשת כי תצא״, האט ר׳ חיים מענדל שטייגער דערציילט, ״און מיר האבן געאנקערט אין מארסיי פרייטאג. כ׳האב אויסגעקליבן די שיף נאכן הערן אז אויף דער שיף געפינט זיך א חשובער משגיח״.

״ער האט געקענט כל התורה כולה בעל פה. ער האט פשוט געקענט ציילן די אותיות פון דער גמרא. בלי שום גוזמא. כ׳האב זיך באקענט מיט אים ווען כ׳האב מיך אנגעהויבן פאראינטערעסירן וועגן דער כשרות פון די מאכלים. זעלבסטפארשטענדליך אז כ׳האב נישט געוואלט עסן קיין פלייש. האב איך געפרעגט אויף די אנדערע מאכלים. ער האט אלץ געוואוסט און אלץ געקענט. ער האט אנגעהויבן מיר נאכזאגן בעל פה די פסקים און לשונות פון ערוך השולחן. כ׳האב אבער באמערקט ווי ער אליין עסט כמעט גארנישט״.

״א גאנצע וואך האבן מיר גערעדט אין לערנען. ער האט ציטירט בעל פה א גאנצע תשובה פון ׳חתם סופר׳. פלוצים האט ער אין דערמיט פארגעסן דעם גענויעם לשון פון חתם סופר. איז ער געווארן אינגאנצן באאומרואיגט. וואו איז דאס מעגליך ער זאל פארגעסן דעם גענויעם לשון פון חתם סופר?״

״דער הימל איז יענע וואך געווען לגמרי קלאר. ער האט מיר יעדע נאכט געוויזן די אינסטאלאציעס פון די מערכות הכוכבים והמזלות. מיר זענען אריין אין א צימער וואו ער האט געהאט ספעציעל אסטראנאמישע בינאקיאלערזן און מיר געוויזן און מסביר געווען דעם אויסלייג פון די שטערנס. כי אראה שמיך מעשי אצבועותיך ירח וכוכבים אשר כוננת. ער האט אלץ געקענט על בוריו מיט א בהירות און בקיאות וואס איז געווען מבהיל את הרעיון״.

יארן זענען אריבער און ר׳ חיים מענדל שטייגער האט כמעט ווי פארגעסן פון יענער נסיעה.

נאך 12 יאר אויף דער שיף איז הגאון רבי יעקב לוי קראנק געווארן. ער האט געליטן פון צוקער און איז געפירט געווארן צו א שפיטאל אין ארץ ישראל וואו מ׳האט אים ל״ע געמוזט אראפנעמען ביידע פיס. ער האט זיך אויפגעהאלטן אין ״שיבא תל השומר״ שפיטאל. פון דארט האט מען אים געפירט אין אן ערהוילונגס היים ״בית לוינשטיין״ אין רעננה.

קיינער האט פון אים נישט געוואוסט. ער האט נישט געהאט קיין קרובים אדער באקאנטע. ער האט גארנישט פארמאגט חוץ זיינע הונדערטער ספרים וואס ער האט געהאט מיט זיך. פון רעננה האט מען אים געפירט צו אן ערהוילונגס היים נעבן נתניה.

דארט איז ער די לעצטע צען יאר פון זיין לעבן ״נתגלה״ געווארן פאר יחידי סגולה. האדמו״ר הרה״צ רבי מיכעלע, דער זלאטשאווער רבי זצ״ל, פון נתניה, פלעגט שיקן יונגעלייט צו באזוכן חולים און עלטערע מענטשן וואס געפינען זיך אין דעם ערהוילונגס היים.

איינער פון די יונגעלייט וואס ער האט געשיקט איז געווען נישט קיין צווייטער ווי ר׳ חיים מענדל שטייגער. אנקומענדיג אין דעם ערהוילונגס היים זאגט אים איינער פון די חולים, א נישט א רעליגיזער, ״דא געפינט זיך איינער ׳משלכם׳. ער עסט נאר פירות און ירקות און טוט גארנישט חוץ לערנען און דאווענען״.

״ווען כ׳האב אים דערזען און אים דערקענט״, האט ר׳ חיים מענדל שטייגער דערציילט, ״בין איך געווארן אויפגעטרייסעלט און אויסגעבראכן אין א געוויין, זעענדיג זיין פיזישן מצב. אבער דוקא ער, ר׳ יעקב לוי, האט מיך מחזק געווען. ער האט מיר געהאלטן די הענט און מיט א קול מלא שמחה האט ער מיר געזאגט: ״נישט געזארגט, דער מח ארבעט ב״ה אויסגעצייכענט, און כ׳האב דא גענוג ספרים. ס׳פעלט מיר גארנישט!״.

״דאס איז נישט געווען אבי גערעדט״, האט ר׳ חיים מענדל שטייגער געזאגט, ״נישט בלויז האט אים גארנישט געפעלט נאר ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט ווי ער איז דער גליקליכסטער מענטש אין דער וועלט. די קומענדיגע פיר שעה האבן מיר גערעדט אין לערנען און פון גרויס מתיקות התורה האט עס אויסגעקוקט ווי די צייט איז געפלויגן״.

תלמידי חכמים און גדולי ישראל וואס האבן זיך דערוואוסט פון דעם גאון וצדיק נפלא וואס געפינט זיך אין אן ערהוילונגס היים נעבן נתניה זענען געקומען אים באזוכן. הגאון רבי חיים קאניעווסקי שליט״א איז געפארן אים באזוכן און רעדן אין לערנען. ווען רבי חיים איז אריין צו אים אין שטוב האט רבי יעקב לוי, וועלכער האט שוין פון פריער געהאט געזען זיינע ספרים, געמאכט די ברכה ״ברוך שחלק מחכמתו ליראיו״.

דער לעלובער רבי, האדמו״ר הצדיק רבי משה מרדכי זצ״ל, פלעגט אפט קומען אים באזוכן. כאטש דער לעלובער רבי האט קיינמאל נישט ארויסגעוויזן זיינע ידיעות בתורה זענען זיינע באזוכן ביי ר׳ יעקב לוי געווען אן אויסנאם. זיי פלעגן רעדן שעות ארוכות אין לערנען, צונויפווארפנדיג ש״ס ופסקים און ספרי שאלות ותשובות.

דער גערער רבי דער בית ישראל זצ״ל פלעגט אפט קומען אים באזוכן ווי אויך הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער דער בעל ״שבט הלוי״ זצ״ל.

אינטערעסאנט איז צו ברענגען וואס עס שרייבט דער רב פון נתניה, הגאון המפורסם רבי יעקב ורנר זצ״ל, וועלכער פלעגט אים אפט באזוכן:

״בתקופה של עשר שנים, תש״כ-תש״ל, זכתה נתניה להיות אושפוזכין לשכינה ולאכסן בתוכה אחד מגאוני התורה והחכמה, מיחידי הדור מחונן בכישרון בקיאות עצומה בשני התלמודים ובמדרשים, ילקוטים, ספרי הלכה, חסידות, מחקר וקבלה. בקיאות שלא שמענו עליה רק מגאונים קודמים ממש. להראות על הדף ועל השורה. וגם כל חידוש נפלא בחידושים מבריקים בהשוואות, העמדת גרסאות, פנינים ומרגליות שהפליא את כל אלו היושבים לפניו״.

״הגאון הזה עברו עליו הרבה ייסורים. הוא שכל בימי השואה את אשתו וכל בניו, בעלי כשרונות גאוניים, והיה בעל ייסורים גם בגופו, ומפליא היה איך שהיה יכול להתגבר עליהם או להסיח דעת מהם…. ותמיד היתה חזותו יפה, מקבל הייסורים באהבה… ושקדונתו בתורה ברוב היממה ביום ושעות מאוחרות בלילה, וכוח הרעננות וכוח החידוש לא עזבוהו לרגע קט״.

״כאשר נתגלה בגדלותו נדבקו אליו הרבה תלמידי ישיבות וגדולי הר״מים. לפעמים גם מדענים דגולים שהשכילו לראות ממנו נפלאות. אין ספק שאם הוא היה מעלה את חידושיו בכתב, כי אז היינו זוכים לראות חיבורים גדולים, פנינים ומרגליות בכל ענייני התורה, המחקר, החסידות וגם בקבלה״.

״כמה מן הרמי״ם שהיו מבקרים אצלו ומבלים בכל ביקור כמה שעות, היו רושמים מחידושיו מה שהספיקו בשעת ההרצאה. היינו יושבים רתוקים לדבריו וחידושיו, ובפרידתנו היינו צריכים לפעמים כמה שעות כדי לחשב מה ששמענו ממנו…. כי קשה היה לעמוד בשטף החידושים ולרשום את כולם״.

איינער פון די וואס פלעגן אים באזוכן אלס יונגערמאן אין נתניה דערציילט אז ווען ער האט געפרעגט פון רבי יעקב לוי וויאזוי עס איז מעגליך צו געדענקען אזויפיל תורה האט אים רבי יעקב געענטפערט: ״ס׳איז נישט בלויז כשרונות. אז דו האלטסט א בריליאנט אין דער האנט וועסטו פארגעסן וואו דער בריליאנט געפינט זיך?״.
———————————-

היינט מיט 51 יאר צוריק איז דאס וואונדערליכע לעבן פון דעם איש קדוש ונעלם, איש המיסתורין, מלופף ביסורים ומופלא בהליכותיו, געקומען צו אן ענדע ווען זיין נשמה איז נתעלה געווארן בטהרה לגנזי מרומים, י״א אלול תש״ל.

די לווייה מיט דער באטיילגונג פון טויזענטער בני תורה איז פארגעקומען זונטאג אין בני ברק. דער סטייפלער גאון זצ״ל איז יצא מגדרו און האט אים מלווה געווען ביז אין בית החיים ״שומרי שבת״ אין זכרון מאיר.

ביי דער לויה האט הג״ר אברהם וורנר, דער רב פון נתניה, געזאגט, אז ״גאנץ מעגליך אז מימות הגר״א איז נישט געווען אזא גאון ווי ער וואס האט געקענט כל התורה כולה הן בנגלה הן בנסתר, והן בחכמות השמים המזלות והכוכבים מיט אזא קלארקייט און בהירות״.

הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ״ל האט פארגעשריבן דעם נוסח פון דער מציבה:

״פה נטמן
הרב הגאון הגדול צדיק כביר
עמוס התורה והחכמה
כש״ת מוה״ר יעקב
בן הרה״ג ר׳ אברהם לוי זצ״ל
מגזע הלבוש זי״ע
מעיר סבוסטופול

איש טמיר ונעלם, בקי נפלא בבבלי ובירושלמי ובכל ספרי חז״ל, נהירין ליה שבילי דרקיע ושבילי החכמה בכל מכמני התורה והמדע, עניו צנוע ומעלי, סבל ייסורים נוראים וקיבל באהבה גדולה, ברח מהכבוד והגדולה. יצאה נשמתו בטהרה ביום י״א אלול תש״ל והובא לקבורה פה זכרון מאיר. שם אמו רחל. ת.נ.צ.ב.ה.

———————

פאר זיין הסתלקות האט ער געשריבן אן אייגענארטיגע צוואה, אין וועלכן ער בעט מען זאל נישט קומען זיך משתטח זיין אויף זיין קבר ווייל ער קען נישט הערן דאס געוויין פון א איד אן דעם וואס ער זאל אים העלפן. במשך פון דרייסיג יאר איז קיינער כמעט נישט געקומען מתפלל זיין אויף זיין קבר.

דאס האט זיך געטוישט אין תש״ס. הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער זצ״ל האט געהייסן פאר איינעם פון זיין משפחה וואס האט זיך גענויטיגט אין א ישועה ער זאל גיין מתפלל זיין ביים קבר פון רבי יעקב לוי. דער בעל שבט הלוי האט מסביר געווען: ״שוין דרייסיג יאר וואס מען איז נישט עולה צו זיין קבר. שוין גענוג. דרייסיג יאר איז מער ווי גענוג. אצינד מעג מען שוין גיין מיט בקשות צו זיין קבר. ער האט קיינמאל נישט משיב ריקם געווען די בקשה פון א איד. וועט ער פון איצט אויך נישט צוריקווייזן די בקשות פון אידן״.

דער היתר פון הרב וואזנער האט געענדערט די מאפע. זינט דאן זענען תלמידי חכמים פון בני ברק כסדר מתפלל ביים ציון פון רבי יעקב לוי און זענען זיך מתייחד מיט זיין אנדענק.

רבי יעקב בן רבי אברהם הלוי. יהא זכרו ברוך, וזכותו תגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

כי תצא תשפ״א,
ברוך יודא קליין.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דאס קומט פון א אימעיל צי וואס?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

וואו וואו ווינדערליכ שמועסן. ווער איז אט דער ברון יודא קליין?
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

הערליך שיין, שכח פארן ברענגען.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

ווינדערליכע שמועסן. ווער איז אט דער ברון יודא קליין?
דאס קומט פון א אימעיל צי וואס?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:וואו וואו ווינדערליכ שמועסן. ווער איז אט דער ברון יודא קליין?

לכאורה איז עס דער פון בארא פארק. פלעגט אמאל שרייבן אין "דער איד", דאכציך
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

דריידל האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:וואו וואו ווינדערליכ שמועסן. ווער איז אט דער ברון יודא קליין?

לכאורה איז עס דער פון בארא פארק. פלעגט אמאל שרייבן אין "דער איד", דאכציך

געמיינט דער פון קרית יואל וועלכער דאווענט אין בית מרדכי
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

יעצט אפגעליינט די ערשטע איבער די לעמאנס און ארענדשעס, שכח פארן ברענגן, ס׳איז זייער אינטערעסאנט און מלא חידושים!
choc
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:34 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך choc »

?Can you please make it in a pdf
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:ווינדערליכע שמועסן. ווער איז אט דער ברון יודא קליין?
דאס קומט פון א אימעיל צי וואס?

יא, ער שיקט אימעילס יעדע פאר וואכן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איבער די מילגרוים מיטן יד חנוך, ער האט אזוי אפגעלערנט לויט די דעסקריפציע אין די פוסקים, און ער האט קיין מילגרוים קיינמאל געזען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

נא_שכל האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:ווינדערליכע שמועסן. ווער איז אט דער ברון יודא קליין?
דאס קומט פון א אימעיל צי וואס?

יא, ער שיקט אימעילס יעדע פאר וואכן.

וואו קען מען זיך סובסקרייבן?
פוצה פה ומצפצף
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

על כן יאמר בספר; נעמען פון ספרים.

ווי לאנג איז עס וואס מחברים זענען מרמז זייערע אייגענע נעמען אין די נעמען פון זייערע ספרים - און ווי לאנג איז עס וואס מחברים גיבן בכלל נעמען פאר ספרים - ספרים פון מערערע, אפט צענדליגער, מחברים, וואס האבן די זעלבע נעמען - וואס ליגט אלץ אין די פארשידענארטיגע נעמען פון ספרים.


בעת פאר מאנכע איז עס געווען א חידוש צו לייענען דא מיט צוויי וואכן צוריק, אז פאראן נאך א ספר, הגם נאך בכתב יד, וואס טראגט דעם נאמען ״דברי יואל״, איז פאר אונז א חידוש דוקא דאס פארקערטע: אז נישט פאראן מער ספרים מיטן זעלבן נאמען.

כמעט נישטא קיין נאמען פון א ספר וואס מערערע מחברים זאלן נישט האבן געגעבן דעם זעלבן נאמען פאר זייערע ספרים. אפט זענען פאראן צענדליגער ספרים מיטן זעלבן נאמען.

צום ביישפיל:

צי ווייסט איר וויפיל ספרים טראגן דעם נאמען ״חסד לאברהם״?

עטליכע דרייסיג.

און וויפיל ספרים האבן דעם נאמען ״בית אברהם״?

79.

און וויפיל ספרים זענען פאראן מיט׳ן נאמען ״בית ישראל״?

נישט ווינציגער ווי 239.

ווען רבי יחיאל מיכל עפשטיין האט ארויסגעגעבן זיין ספר ״ערוך השולחן״ האט מען זיך געווערטעלט, אז די נעמען פאר ספרים זענען שוין אויסגעשעפט און אויסגענוצט געווארן. האבן מחברים שוין נישט קיין אנדער ברירה נאר צו נוצן עקסזיסטירענדע נעמען אין רעווערס: פון שולחן ערוך מאכן ערוך השולחן.

דאס ווערטל איז אבער געבויט אויף א טעות. ווייל ערוך השולחן איז דער ווא״ו פון ערוך נישט א מלאופים, ווי די וועלט זאגט על פי טעות. ערוך השולחן איז דער ווא״ו א חולם. די צוויי ווערטער זענען גענומען פון דעם פסוק אין ישעיה (כ״א ה׳): ״ערוך השולחן צפה הצפית אכול שתה״.
———————————-

על כן יאמר בספר מלחמות ה׳

ווילאנג איז עס בכלל וואס מחברים זענען מרמז זייערע נעמען אין די נעמען פון די ספרים וואס זיי זענען מחבר? נישט מער ווי עטליכע הונדערט יאר.

און ווילאנג איז עס וואס מחברים גיבן בכלל נעמען פאר זייערע ספרים? ווינציגער ווי טויזענט יאר.

רבי יהודה החסיד שרייבט אין ספר חסידים: ״חכמים הראשונים לא היו כותבים ספריהם בשמם, ולא היו מניחים לכתוב שמם על ספריהם. כגון מי שחבר תורת כהנים, מכילתא, ברייתות ומדרשים ואגדות ותקוני עולם, כגון מסכת סופרים, לא כתבו בספריהם אני פלוני בר פלוני כתבתי וחברתי זה ספר, כדי שלא יהנה בעולם הזה ויפגום שכרו לעולם הבא״.

למעשה ברענגט דער חיד״א אין ״שם הגדולים״ (חלק ספרים, מערכת ז׳ אות כ״ו, ספר הזכרונות) א גאנצן שמועס איבער דעם עניין, צי א בעל מחבר זאל זיך אידענטיפצירן אלס דער מחבר פון זיין ספר אדער נישט, און דער חיד״א איז מכריע אז בימינו זאל מען דוקא יא דערמאנען דעם נאמען.

——————————

ביז צו די צייטן פון די ראשונים, און מכל שכן פריער, פלעגט מען בכלל נישט געבן קיין נעמען פאר ספרים. א ספר האט נישט געקראגן קיין נאמען. מ׳האט יעדן ספר גערופן מיט א נאמען וואס כאראקטעריזירט דעם תוכן פון ספר אדער לויט איינעם פון די ערשטע ווערטער אין דעם ספר. פונקט ווי די חמשה חומשי תורה ווערט יעדער חומש אנגערופען מיט איינעם פון די ערשטע ווערטער פון יענעם חומש.

טאקע אין דער היינטיגער וואכיגער פרשה, פרשת חוקת, זאגט די תורה: ״על כן יאמר בספר מלחמות ה׳ ״. זאגן די ראשונים, אז דאס זענען די ספרים אין וועלכע עס פלעגן באשריבן ווערן די מלחמות. מען האט די ספרים אנגערופן, ״ספר מלחמות ה׳ ״ צוליב דעם תוכן פונם ספר.

אט איז דער רמב״ן די וואך: ״ודרך הפשט בספר מלחמות ה׳, שהיו בדורות ההם אנשים חכמים כותבים ספר המלחמות הגדולות, כי כן בכל הדורות וכו׳״. אדער ווי עס זאגט דער אבן עזרא: ״ספר היה בפני עצמו ושם כתוב מלחמות ה׳ בעבור יראיו, ויתכן שהיה מימות אברהם, כי ספרים רבים אבדו ואינם נמצאים אצלינו, כדברי נתן ועדו, ודברי הימים למלכי ישראל, ושירות שלמה ומשליו״.

אויך שפעטער, אין די צייטן פון חכמינו ז״ל, זענען די נעמען פון ספרים ווי משנה, מכילתא, ספרי, ספרא, נישט קיין נעמען וואס די מחברים האבן זיי געגעבן. מ׳האט זיי אזוי גערופן צוליב דעם תוכן פון די ספרים.

פאראן ספרים פון חז״ל וואס ווערן אנגערופען אויף די נעמען פון א תנא אדער אן אמורא. דאס האט אבער נישט געמיינט אז דער תנא אדער דער אמורא האבן דאס מחבר געווען. למשל: דער ״מדרש תנחומא״ הייסט אזוי צוליב דעם זאץ: ״כך פתח רבי תנחומא״ וואס געפינט זיך אפט אין דעם מדרש. רבי תנחומא בר אבא איז געווען פון די אמוראים פון ארץ ישראל וועלכער ווערט א סך ציטירט אין דעם מדרש. אויך דער מדרש רבה האט נישט קיין שום שייכות מיט דעם אמורא רבה. דער מדרש רבה הייסט אזוי צוליב דעם ערשטן זאץ ״רבי הושעיה רבה פתח״ מיט וואס דער מדרש הויבט זיך אן. אמאל פלעגט דער מדרש טאקע הייסן ״מדרש רבי הושעיה רבה״. שפעטער איז דער נאמען פארקירצט געווארן צו ״מדרש רבה״.

געווען א מדרש וואס ווערט אפט ציטירט, ״מדש ילמדנו״, וואס האט אזוי געהייסן צוליב דעם וואס ער הויבט זיך אן מיט די ווערטער ״ילמדנו רבינו״. דער מדרש תהילים ווערט אנגערופען ״מדרש שוחר טוב״. דאס איז דערפאר ווייל ער הויבט זיך אן, אין דער פתיחה, מיט דעם פסוק אין משלי: ״שוחר טוב יבקש רצון״. דער מדרש שיר השירים און דער מדרש קהלת ווערן אנגערופען ״מדרש חזית״. ווייל זייער פתיחה הויבט זיך אן מיט דעם פסוק אין משלי: ״חזית איש מהיר במלאכתו לפני מלכים יתייצב״.

דער זוהר הקדוש הייסט לכאורה אזוי צוליב דעם פסוק אין דניאל וואס ווערט געברענגט אין אנפאנג פון ספר הזוהר: ״והמשכילים יזהרו כזוהר הרקיע״.

דער ״מדרש אבכיר״ ווערט אזוי אנגערופען צוליב די לעצטע ווערטער מיט וואס דער מדרש ענדיגט זיך: ״אמן בימינו כן יהי רצון״, (אדער ״אמן במהרה כן יהי רצון״), וואס זענען די ראשי תיבות ״אבכיר״.

————————————

אויך שפעטער, די גאונים און א גרויסער טייל פון די ראשונים, האבן נאך נישט געגעבן קיין נעמען פאר זייערע ספרים. דאס מאנומענטאלסטע חיבור, דער חיבור פון רבן של ישראל רש״י, האט נישט געהאט קיין נאמען. האט בלויז געהייסן קונטרס: ״פירוש הקונטרס״, ווי תוספות זאגט כסדר. און דער פירוש פון תוספות איז נישט מער ווי תוספות, אן הוספה.

די נעמען פון די ספרי הגאונים פון פריער, זענען בדרך כלל בלויז כינויים וואס שפיגלען אפ דעם תוכן פון זייערע ספרים.

צום ביישפיל: די ספרים פון רב האי גאון, ״המקח והממכר״, ״משפט התנאים״, ״שערי שבועת״. מ׳האט די ספרים אזוי גערופען צוליב די נושאים פון די ספרים. די ספרי הגאונים ווערן אפט אנגערופען ״הלכות״. ווי ״הלכות פסוקות״, ״הלכות קטועות״, ״הלכות קטנות״.

אין די צייטן פון די ראשונים געפינען מיר שוין געציילטע מחברים וואס האבן געגעבן נעמען פאר זייערע ספרים, און זענען דאס אפילו מסביר אין זייערע הקדמות. דער רבינו תם שרייבט אין דער הקדמה צו זיין ״ספר הישר״: ״קראתי בשם את הספר, יען כל פקודי כל ישרתו בו שמועות הראשונות וגרסות הספרים אשר מעולם״.


דער רמב״ם שרייבט אין זיין הקדמה: ״לפיכך קראתי שם חיבור זה ׳משנה תורה׳, לפי שאדם קורא בתורה שבכתב תחלה ואחר כך קורא בזה, ויודע ממנו תורה שבעל פה כולה ואינו צריך לקרות ספר אחר ביניהם״.

דאס זעלבע שרייבט אויך דער רשב״א אין דער הקדמה צו זיין ״תורת הבית״.

די אלע נעמען האבן אבער נאך אלץ רעפלעקטירט דעם תוכן פון ספר.

דאס ערשטע מאל וואס א נאמען פון א ספר האט נישט געהאט קיין שייכות מיט׳ן אינהאלט פון ספר איז לכאורה געווען דער ספר ״רקח״ פון רבי אלעזר מגרמייזא. ווי ער שרייבט אין דער הקדמה האט ער דעם ספר א נאמען געגעבן ״רקח״ ווייל דאס איז בגימטריא פון זיין נאמען אלעזר. און ווי ער שרייבט איז יעדער מחבר מחוייב מרמז צו זיין אין נאמען פון זיין ספר דעם אייגענעם נאמען. דאס איז אין קעגנזאץ צו דער מיינונג פון ״ספר חסידים״ וואס מיר האבן פריער געברענגט.

דער תנא דבי אליהו, זאגט דער רוקח, האט אויך מרמז געווען זיין נאמען אין אנהויב פונם ספר דערמיט וואס ער האט אנגעהויבן דעם ספר מיטן פסוק אין בראשית ״ויגרש את האדם״. ״ויגרש״ איז בגימטריא ״תנא דבי אליהו״ (519). דער ״מדרש תדשא״, וואס לויט׳ן רוקח איז דער מחבר געווען רבי פנחס בן יאיר, הויבט זיך אן מיט׳ן פסוק ״תדשא הארץ דשא״. ״תדשא״ איז בגימטריא ״זה רבי פנחס בן יאיר״ (705). דער ״פרקי דרבי אליעזר״ הויבט זיך אן מיט די ווערטער ״מי ימלל גבורות ה׳״. בגימטריא פון ״אליעזר בן הורקונוס״ (797). און דער ״סדר עולם״, פירט אויס דער רוקח, וואס דער מחבר דערפון איז דאך געווען דער תנא רבי יוסי, הויבט זיך אן מיט די ווערטער ״מאדם - עד נח״. ״מאדם״ איז בגימטריא ״יוסי״.

——————————-

פונדעסטוועגן האבן רוב פירושים און חידושים וואס זענען געשריבן געווארן אין די צייטן פון די ראשונים נישט געהאט קיין נעמען. עד היום רופן מיר זיי ״חידושי הרמב״ן״, ״חידושי הרשב״א״, ״חידושי הריטב״א״, וכדומה.

אויב נישט ״חידושי״ זענען זיי אנגערופן געווארן מיט אן אנדער ווארט וואס איז געווען שטארק פאפולאר אין יענער תקופה: ״שיטה״.

״שיטה לריטב״א״, ״שיטה להר״ן״, דאס באקאנטע ״שיטה לא נודע למי״, א חיבור וואס מ׳ווייסט נישט ווער דער מחבר איז געווען, אדער דער ״שיטה מקובצת״, א חיבור וואס איז מלקט חידושים פון פילע ראשונים, אדער א סך ״שיטות״.

הגם די ראשונים האבן שוין אנגעהויבן געבן נעמען פאר ספרים וואס זיי האבן מחבר געווען, איז עס נאר געווען אויף ספרים וואס זענען באזונדער פאר זיך, נישט אויף ספרים וואס זענען געווען בלויז א פירוש אויף אנדערע ספרים. למשל: דער רמב״ם האט געגעבן א נאמען פאר זיין ״משנה תורה״, און ״מורה נבוכים״. אבער נישט פאר זיין פירוש המשניות, וואס הייסט בלויז ״פירוש המשניות להרמב״ם״. צי דער רמב״ן, וועלכער האט מחבר געווען דעם ״מלחמות ה׳״ און דעם ״ספר הזכות״. ער האט אבער נישט געגעבן קיין נאמען פאר זיין פירוש אויף תורה אדער פאר זיין פירוש אויף ש״ס, און אויך נישט פאר זיינע השגות אויפ׳ן רמב״ם.

דאס זעלבע איז מיט׳ן רשב״א. ער האט מחבר געווען דעם ״תורת הבית״. זיינע חידושים אויף ש״ס האט ער אבער נישט אנגערופן מיט א נאמען. גאנץ מעגליך אז דער רמב״ן און דער רשב״א האבן אפילו נישט אליין געשריבן זייערע חידושים. מעגליך אז עס זענען געווען זייערע תלמידים וואס האבן עס אפגעשריבן.

שפעטער האט זיך דאס אבער געטוישט. אפילו ספרי פירושים זענען נתחבר געווארן מיט נעמען. ווי למשל די ספרים פון די נושאי כלים אויפן רמב״ם, ווי מיר וועלן באלד זען.

היינט איז נישטא אזא זאך אז א בעל מחבר זאל ארויסגעבן א ספר אן א נאמען. אן אויסנאם זענען די חידושים פון געציילטע ראשי ישיבות וואס זייערע חידושים זענען געדרוקט געווארן נאך זייער פטירה וואס זענען ערשינען אלס ״חידושי/שיעורי רבי פלוני״, אן א ספעציעלן נאמען פארן ספר. ווי ״חידושי רבינו חיים הלוי״, ״חידושי מרן הגרי״ז״, ״שיעורי רבי שמואל רוזובסקי״, ״שיעורי רבי נחום״.

——————————-

ויקרא בהם שמי ושם אבותי.

וואס זענען די נעמען וואס מחברים געבן פאר זייערע ספרים? ווי אויבן געזאגט ליגן אין זיי אפן אדער ברמז די נעמען פון די מחברים. דערפאר מאכט זיך אז מערערע מחברים געבן די זעלבע נעמען פאר זייערע ספרים. צומאל מאכט זיך אויך פארקערט: איין מחבר גיט פארשידענע נעמען פאר זיינע פארשידענע ספרים און דאך שטעקט דערין דער זעלבער נאמען.

למשל רבי חיים פאלאג׳י. ער האט מחבר געווען צענדליגער ספרים, אלע מיט אנדערע נעמען, דאך ליגט אין יעדן איינעם פון זיי דער נאמען חיים. צווישן אנדערן האט ער מחבר געווען די ספרים: ״ארצות החיים. ״ברכת מועדיך לחיים״, ״גנזי חיים״, ״החיים יודוך״, ״החפץ חיים״, ״ובחרת בחיים״, ״זכירה לחיים״, ״חיים ביד״, ״חיים ומזון״, ״חיים ומלך״, ״חיים ושלום״, ״חיים טובים״, ״חיים לגופא״, ״חיים לראש״, ״חיים תחילה״, ״חלקם בחיים״, ״חוקות חיים״, ״ימצא חיים״, ״ישמח חיים״, ״כל החיים״, ״כף החיים״, ״לב חיים״, ״לחיים בירושלים״, ״משא חיים״, ״נפש חיים״, ״סמיכה לחיים״, ״ספרי חיים״, ״עמודי חיים״, ״פני חיים״, ״צדקה חיים״, ״צדקה לחיים״, ״ראה חיים״, ״רוח חיים״, ״תוכחת חיים״, ״תורה וחיים״, ״תנופה חיים״. אלעס אויסדרוקן פון פסוקים און פון מאמרי חז״ל.

אן ענליכן מהלך האט גענומען רבי מרדכי יפה דער ״בעל הלבושים״, וועלכער האט אנגערופן זיינע צען ספרים אויף דעם פסוק: ״ומרדכי יצא מלפני המלך בלבוש מלכות תכלת וחור ועטרת זהב גדולה והעיר שושן צהלה ושמחה״.

רבי יוסף חיים פון באגדאד, וועלכער האט מחבר געווען איבער הונדערט ספרים, וואס בלויז די העלפט זענען געדרוקט געווארן, האט אנגערופן טייל פון זיינע ספרים מיט נעמען וואס האבן א שייכות מיט בניהו בן יהוידע, דער שר צבא פון שלמה המלך. ער האט דאס געטאן דערפאר ווייל בעת זיין באזוך אין ארץ ישראל האט ער זיך משתטח געווען אויפן קבר פון בניהו בן יהוידע. זענען אים יענע נאכט נתגלה געווארן פילע סודות אין קבלה.

די ספרים זענען: ״בניהו״, ״בן יהוידע״, ״בן איש חי״, ״בן איש חיל״, ״רב פעלים״, ״מקבצאל״. אלעס איז פון פסוק אין שמואל (ב׳, כ״ג, כ׳): ״ובניהו בן יהוידע בן איש חיל רב פעלים מקבצאל״. ״בן איש חי״ איז דער כתיב און ״בן איש חיל״ איז דער קרי.
——————————-

דער חיד״א, וועלכער איז געווען א מייסטער אין דער קונסט פון שלייפען מליצות, (זע למשל די רייכע מליצות אין יעדער הקדמה, קעפל און אונטערקעפל פון זיין ״עבודת הקודש״, א ספר וואס איז א קאמבינאציע פון 7 פון זיינע קלענרע, לייכטערע ספרים, הנהגות און מוסר פאר יעדן איד) איז אויך געווען א ווארט-שמידט אין דער חכמה פון געבען שעפעריש הערליכע נעמען פאר זיינע ספרים. חוץ זיינע דריי נעמען, חיים יוסף דוד, וואס ער האט זיי מרמז געווען אין פילע פון זיינע איבער הונדערט ספרים, האט ער אויך מחבר געווען א גאנצע ריי ספרים אין וואס עס געפינען זיך די נעמען פון די אברים פון גוף, מתקן צו זיין די פגמים אין די אברי הגוף, ובפרט די אויגן. פארשטענדליך אז די אלע נעמען זענען ציטאטן פון פסוקים אדער פון מאמרי חז״ל:

״ברכי יוסף״, ״דבש לפי״, הישג יד״, ״זרוע ימין״, ״חדרי בטן״, ״טוב עין״, ״יעיר אוזן״, ״לב דוד״, מורה באצבע״, ״מראית העין״, ״עין זוכר״, ״פני דוד״, ״פתח עינים״, ״״צוארי שלל״, ״צפורן שמיר״, ״ראש דוד״ ״שמחת הרגל״.

————————————-
די משפחת סופרים און זייערע ספרים.

אין פאל פון דער משפחת סופרים, די משפחה פון רבן של ישראל רבינו משה סופר, דער הייליגער חתם סופר, האט דאס ווארט ״סופר״ געדינט ווי א נאמען פאר די ספרים פון חתם סופר און פון זיינע קינדער און אייניקלעך.

״חתם סופר״ (לויט דער גמרא אין גיטין ס״ו:) איז די ראשי תיבות פון ״חידושי תורת משה סופר״. ״כתב סופר״ (אויך פון דער גמרא דארט) איז דער ספר פון זיין זון רבי אברהם שמואל בנימין סופר, און ״מכתב סופר״ איז דער אנדערער זון פון חתם סופר, - רבי שמעון סופר.

צווישן די אייניקלעך געפינען מיר ״סופר מהיר״ פון רבי יצחק לייב סופר, דער זון פון כתב סופר, און ״שבט סופר״, פון זיין אנדערן זון רבי שמחה בונים סופר, דער ממלא מקום פון כתב סופר.

דער ממלא מקום פון ״שבט סופר״ איז געווען זיין זון רבי עקיבא סופר, דער בעל ״דעת סופר״, און זיין ממלא מקום איז געווען זיין זון רבי אברהם שמואל בנימין סופר, דער בעל ״חשב סופר״.

כדאי צו וויסן, אז די נעמען זענען קיין איינער נישט געגעבן געווארן דורך די מחברים אליין פון דער משפחת סופרים, נאר דורך זייערע קינדער און אייניקלעך, וועלכע האבן ארויסגעגעבן זייערע ספרים.

צווישן די אייניקלעך געפינען מיר די ספרים: ״אגרות סופרים״, ״אמרי סופר״, ״יד סופר״, ״חתן סופר״, ״סופר המלך״. איינער פון די אייניקלעך וועלכער האט נישט משמש געווען ברבנות פלעגט זיך ווערטלען אויף זיך, אז ער איז דער ״טעות סופר״.

נאך דער פטירה פון רבי שמעון סופר, קראקעווער רב, דער מכתב סופר, איז געדרוקט געווארן א ספעציעלער קונטרס ״איה סופר״, און נאך דער פטירה פון זיין זון, רבי ישראל דוד שמחה בונם, איז ערשינען א קונטרס מיטן נאמען ״קינת סופרים״, א ווארט שפיל אויף ״קינאת סופרים״.

———————————-

פאראן גדולים וואס זענען באקאנט נאר לויט די נעמען פון זייערע ספרים. זייער פריוואטער נאמען איז כמעט ווי פארגעסן געווארן ביים המון עם.

רבי אריה לייב הכהן העלער איז נאר באקאנט אלס דער ״קצות החושן״, אדער דער ״קצות״. זיין בן דור רבי יעקב לארבערבוים איז נאר באוואוסט אלס דער ״נתיבות המשפט״, אדער ״נתיבות״. דאס זעלבע איז מיט רבי יעקב יושע פאלק, דער ״פני יהושע״, אדער דער ש״ך, דער סמ״ע, און נאך.

ספעציעל איז דאס אזוי געווען מיט חסידישע רבי׳ס וועלכע האבן מחבר געווען ספרים, צוליב דער הקפדה פון חסידים נישט צו רופן זייערע רבי׳ס אויף די פריוואטע נעמען. ס׳האט זיך אפט געטראפן אז עטליכע רביים פון דער זעלבער דינאסטיע, א זיידע און אן אייניקעל און אפילו אן אור אור אייניקעל האבן געהאט די זעלבע פריוואטע נעמען. האט מען זיי געמוזט רופן בלויז לויט די נעמען פון זייערע ספרים. אין סלאנים זענען געווען דריי רבי׳ס וואס האבן געהאט דעם זעלבן נאמען, - רבי אברהם וויינבערג. האט מען זיי גערופן לויט זייערע ספרים: דער ״יסוד העבודה״, דער ״בית אברהם״, און דער ״ברכת אברהם״.

———————————
געווען אן אמעריקאנער ליטווישער איד וואס האט געוואלט א נאמען געבן זיין זון ״חיים יהודא שמואל״, נאך דריי גדולי ישראל. נאכן חפץ חיים, נאכן נודע ביהודה און נאכן ברכת שמואל. דער פראבלעם איז נאר געווען וואס דער חפץ חיים האט געהייסן רבי ישראל מאיר קאגאן, דער נודע ביהודה האט געהייסן רבי יחזקאל לאנדא, - ער האט זיין ספר א נאמען געגעבן נאך זיין טאטע׳ן, פונקט ווי ער האט זיין אנדער ספר ״ציון לנפש חיה״ א נאמען געגעבן נאך זיין מאמע׳ן, - און דער ברכת שמואל איז דער ספר פון רבי ברוך בער לייבאוויץ.

דער טעות האט זיך נאר געקענט מאכן אין דער תקופה פון די אחרונים. די ראשונים האט מען כמעט אלע גערופן מיט די ראשי תיבות פון זייערע נעמען: דער רי״ף, דער רמב״ם, דער רמב״ן, דער רשב״א.

נאר רבי יעקב בן הראש, דער בעל מחבר פון די ״ארבעה טורים״, ווערט גערופן אויפן נאמען פון זיין חיבור: אין קורצן דער ״טור״. אפילו זיין חיבור אויף דער תורה ווערט גערופן ״בעל הטורים על התורה״, אדער ״פירוש הטור על התורה״.

אויך רבי יוסף קארו ווערט גערופן לויט זיין חיבור אויפ׳ן טור - דער ״בית יוסף״.

המשך - נעמען פון ספרים

ברוך יודא קליין
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: ידיעות מרהיבות מהידען הנפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

געוואלדיגע אשכול, יישר כח הרב התחברות.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

דריידל האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:וואו וואו ווינדערליכ שמועסן. ווער איז אט דער ברון יודא קליין?

לכאורה איז עס דער פון בארא פארק. פלעגט אמאל שרייבן אין "דער איד", דאכציך

ריכטיג.
בן ר' הערשל ע"ה
ובן אחיו של ר' שאול קליין נ"י
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

Mezofzef האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:ווינדערליכע שמועסן. ווער איז אט דער ברון יודא קליין?
דאס קומט פון א אימעיל צי וואס?

יא, ער שיקט אימעילס יעדע פאר וואכן.

וואו קען מען זיך סובסקרייבן?
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען הנפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

על כן יאמר בספר; נעמען פון ספרים (ב).

געווען מחברים וואס האבן געגעבן זייערע ספרים אריגינעלע און אפט קונצליך מליצות׳דיגע נעמען.

רבי ישעי׳ פיק-בערלין, באקאנט מיט זיינע הוספות אויפ׳ן ״מסורת הש״ס״, האט מחבר געווען עטליכע חיבורים מיט אזעלכע נעמען.

ער האט געמאכט א חיבור אויף תרגום אונקלוס וואס ער האט גערופן ״מיני תרגומא״. א ווארט שפיל אויף ״מיני תרגימא״, פארבייסן (dessert), וואס מ׳עסט בקינוח סעודה.

זיינע הגהות אויפ׳ן ״ספר החינוך״ האט ער אנגערופן ״קטן שהגיה לחינוך״, א ווארט שפיל אויף ״קטן שהגיע לחינוך״ (ברכות ט״ו:). אן אנדער ספר אין וואס ער ברענגט הלכות וואס ער האט געהאלטן אז זיי פעלן פון שולחן ערוך און פון די ספרי הפוסקים האט ער אנגערופן ״אומר השכחה״, א ווארט שפיל אויף ״עומר השכחה״ (פאה פ״ד מ״ג).

ער האט אויך מחבר געווען א ספר וואס פארענטפערט יעדע קשיא אין ש״ס. דעם ספר האט ער א נאמען געגעבן ״קשות מיושב״. קשיות פארענטפערט. די מליצה איז געבויט אויף דער גמרא אין מגילה (כ״א.) וואו די גמרא פרעגט ״כתוב אחד אומר״, ביי משה רבינו, ״ואשב בהר, וכתוב אחד אומר ואנוכי עמדתי בהר״. איז משה רבינו געזעסן אדער געשטאנען? ענטפערט רבא: ״רכות מעומד, וקשות מיושב״. דאס הייסט לייכטערע זאכן האט משה רבינו געלערנט שטייעדיג און שווערערע האט ער געלערנט זיצענדיג.

רבי ישעי׳ פיק בערלין האט אויך מחבר געווען א חיבור מיט תיקונים אויף טעויות הדפוס אין גמרא, רש״י און תוספות. ער האט דאס אנגערופן: ״תיקון כלי שרת״. שרת איז די ראשי תיבות ״ש״ס, רש״י, תוספות״.
———————————

שינוי השם.

פאראן נעמען פון ספרים וואס די וועלט האט זיי נישט אנגענומען און ווידער פאראן ספרים וואס זייערע נעמען זענען צוליב אומבאקאנטע סיבות אויסגעטוישט געווארן אויף אנדערע נעמען.

באקאנט וואס די וועלט זאגט (זע ״חמדה גנוזה״, זמיגראד, ״אמרים ועניינים״), אז דריי גרויסע מחברים האבן פאר זייערע ספרים געגעבן נעמען וואס די וועלט האט נישט אנגענומען צוליב דעם וואס מ׳האט זיך נישט געוואלט באנוצן מיט אזעלכע הויכע נעמען.

דאס ערשטע איז דער ״משנה תורה״ פון הייליגן רמב״ם, וואס איז דער זעלבער נאמען ווי דער חומש דברים. רופט עס די וועלט ״יד החזקה״, אדער ״רמב״ם״, בקיצור.

דאס צווייטע איז דער ״תורת משה״ פון אלשיך הקדוש, וואס די וועלט רופט נאר ״אלשי״ך״.

און דאס דריטע איז דער ״שני לוחות הברית״ פון של״ה הקדוש, וואס די וועלט רופט ״של״ה״.

רבי מנחם קרענגיל אין זיין ״שם הגדולים״ (שארית ציון עמ׳ 248) ברענגט אין נאמען פון חתם סופר אז די סיבה דערצו איז, וואס מ׳האט זיך נישט געוואלט באנוצן מיט אזעלכע הייליגע נעמען פאר א ספר, נישט קיין נפקא מינה ווי גרויס דער מחבר איז. אינטערעסאנט איז, אז דעם חתם סופר׳ס חידושים על התורה האבן זיינע אייניקלעך גופא א נאמען געגעבן ״תורת משה״.

צו דער ליסטע קען מען מסתמא צולייגן דעם ״בית הבחירה״ פון מאירי, וואס די וועלט רופט נישט בית הבחירה, נאר בקיצור: ״מאירי״.

פאראן נאך נעמען וואס די וועלט רופט זיי נישט מיט די נעמען וואס די מחברים האבן זיי געגעבן, הגם די סיבות פארוואס די וועלט רופט זיי אזוי זענען נישט באקאנט. למשל, די הגהות און חידושים פון מהרש״ל אויף ש״ס הייסן ״חכמת שלמה״. די וועלט רופט זיי אבער ״מהרש״ל״. אויך דעם מהרש״ל׳ס חיבור אויפן ״שערי דורא״ וואס ער האט א נאמען געגעבן ״עטרת שלמה״ רופט די וועלט ״איסור והיתר של מהרש״ל״, אדער סתם ״מהרש״ל״.

דאן זענען פאראן נעמען וואס זענען מאיזה סיבה אינגאנצן געטוישט געווארן. דעם תוספות יום טוב׳ס פירוש אויפן רא״ש, וואס ער האט א נאמען געגעבן ״מעדני מלך״ און ״לחם חמודות״, צוליב דעם פסוק ״מאשר שמנה לחמו והוא יתן מעדני מלך״, איז שפעטער געטוישט געווארן אויף ״מעדני יום טוב״ און ״דברי חמודות״.

לויט א לעגענדע האט דער תוספות יום טוב געביטן די נעמען נאכדעם וואס מ׳האט אים גע׳מסר׳ט אז ער איז א מורד במלכות און רופט זיך מלך, והא ראיה דער נאמען פון דעם ספר ״מעדני מלך״. הגם ס׳איז אמת אז מ׳האט אויף אים מלשין געווען אז אין זיינע חיבורים מעדני מלך און לחם חמודות שרייבט ער קעגן קריסטענטום און ער איז טאקע צוליב דעם ארעסטירט און פארשיקט געווארן אין תפיסה, שרייבט ער אבער אליין אין זיין חיבור ״מגילת איבה״ אז דאס האט גארנישט געהאט צו טאן מיט די נעמען פון זיינע חיבורים. ווי ער שרייבט: ״ולא כאשר שמעתי אומרים שמפני שם ספר שקראתי מעדני מלך היתה עלי חמת המלך הקיר״ה. כי לא היה מפני כך״.

פון דער אנדערער זייט איז גאנץ מעגליך אז אויך די הכחשה איז ער געצוואונגען געווען צו שרייבן מחמת המציק פון דעם ״מלך הקיר״ה״ (הקיסר ירום הודו). דער חיד״א אין ״מערכת ספרים״ (מעדני מלך) שרייבט, אז דער נאמען איז געטוישט געווארן ״משום מעשה שהיה״, אן צו געבן מער פרטים.

נאך א בארימט ספר וואס דער נאמען איז געטוישט געווארן איז דער ״מגן אברהם״ אויף שולחן ערוך אורח חיים. דער מחבר, רבי אברהם אבלי גומבינער, האט דעם חיבור א נאמען געגעבן ״נר ישראל״. אבער זיין זון, וועלכער האט געדרוקט דעם חיבור לאחר פטירתו, האט געביטן דעם נאמען צו ״מגן אברהם״, אלס א זכר צו זיין טאטע׳ן דער מחבר.

דער שינוי השם פון מגן אברהם האט געפירט צו א קייט רעאקציע. אין שנת תנ״ב האט מען דאס ערשטע מאל געדרוקט א שולחן ערוך צוזאמען מיט די פירושים פון טורי זהב און מגן אברהם. ליופי המליצה האבן די דרוקער געטוישט דעם נאמען פון ״טורי זהב״ צו ״מגן דוד״ און האבן דעם געדרוקטן שולחן ערוך א נאמען געגעבן ״מגיני ארץ״.

אגב: פאראן וואס זאגען אז פון דעם סגנון פון זיין חיבור איז קענטיג אז דער טורי זהב האט לכתחילה געשריבן זיין חיבור אלס א פירוש אויף די ארבעה טורים. דערפאר אויך דער נאמען טורי זהב. אזויווי דער טורי זהב האט אבער געזען אז דער שולחן ערוך, נישט דער טור, איז געווארן דער הויפט לימוד ביי דער וועלט, האט ער געטוישט דעם געבוי פונם חיבור און עס אויסגעשטעלט ארום דעם שולחן ערוך.
—————————-

פסוקים וואס זענען א קוואל פאר א סך נעמען פון ספרים.

רעדענדיג פון טורי זהב: דער נאמען ״טורי זהב״ איז א ווארט שפיל אויף דעם פסוק אין שיר השירים ״תורי זהב נעשה לך עם נקודות הזהב״, וואס ער האט געטוישט צו ״טורי״, צוליב דעם טור, ווי געזאגט.

די פסוקים פון שיר השירים און פון מגילת אסתר האבן געדינט ווי א מקור פאר א סך נעמען פון ספרים.

דער ש״ך, וועלכער האט געמאכט א חיבור מיט השגות אויפן טורי זהב, האט פון זעלבן פסוק, - ״תורי זהב נעשה לך עם נקודות הכסף״, - גענומען דעם נאמען פאר זיין ספר השגות אויפן טורי זהב און עס אנגערופן ״נקודות הכסף״.

נאך פארן ש״ך האט איינער פון די ראשונים גענוצט דעם זעלבן געדאנק. רבי אהרן הלוי האט מחבר געווען א ספר מיט השגות אויפן ספר ״תורת הבית״ פון רשב״א. האט רבי אהרן הלוי דעם ספר א נאמען געגעבן: ״בדק הבית״, ס׳הייסט שפאלטן אין די ווענט פונם ״בית״ פון רשב״א. האט דער רשב״א מחבר געווען א ספר אין וואס ער פארענטפערט די השגות און דעם ספר א נאמען געגעבן: ״משמרת הבית״.

———————————

פאראן געוויסע פרשיות אין דער תורה וואס מחברים פון א סך וויכטיגע חיבורים האבן פון זיי גענומען די נעמען פאר זייערע ספרים.

למשל, אין פרשת מקץ געפינען מיר די נעמען ״כסף משנה״, “משאת בנימין״, ״צפנת פענח״, ״בגדי שש״, ״רביד הזהב״, ״מרכבת המשנה״, ״זמרת הארץ״, ״מעט צרי״, און נאך.

אין געציילטע פסוקים אין פרשת תצוה געפינען זיך די נעמען פון א סך מאנומענטאלע ספרים, ווי למשל: ״תשבץ״, ״משבצות זהב״, ״חושן משפט״, ״ארבעה טורים״, ״לשם שבו ואחלמה״, ״קצות החושן״, ״אורים ותומים״, און נאך. האבן מיר געטראכט: משה רבינו׳ס נאמען געפינט זיך נישט אין פרשת תצוה ווייל ער האט געזאגט ״מחני נא מספרך״. א סך פון די וויכטיגטיגסטע ספרים מספרך זענען אבער מרומז אין פרשת תצוה.
——————————-

א סוגייה פאר זיך זענען די ״קיצורים״. לאנגע ספרים וואס מ׳האט געמאכט דערפון א ״קיצור״. צומאל האבן דאס געטאן די מחברים אליין. ווי דער רשב״א וועלכער האט מחבר געווען דעם ״תורת הבית הקצר״. על פי רוב האבן דאס אבער געמאכט אנדערע מחברים.

די סאמע באקאנטסטע איז דער ״קיצור שולחן ערוך״ פון רבי שלמה גאנצפריד, איינס פון די מערסטע איבערגעדרוקטע ספרים. צוליב זיין פאפולאריטעט זענען צענדליגער פירושים נתחבר געווארן אויפן קיצור שולחן ערוך גופא. חוץ דעם זענען פאראן דער ״קיצור אלשיך״, ״קיצור של״ה״, און נאך.

מ׳זאגט אז רבי אברהם דאנציגער האט זיינע ספרים א נאמען געגעבן ״חיי אדם״ און ״נשמת אדם״ כדי זיכער צו מאכן אז קיינער וועט נישט מאכן דערפון א ״קיצור חיי אדם״.... ס׳ האט אים אבער קיין סך נישט געהאלפן. אוי ווי מ׳האט געדרוקט א קיצור חיי אדם. אין ווילנע תרי״ד און אין תרי״ח. די דרוקער האבן זיך פשוט אן עצה געגעבן. דער קעפל פונם ספר האט געליינט: ״קיצור מספר חיי אדם״.

——————————

די טעמע, נעמען פון ספרים, איז ווי אומאויסשעפבאר. גאנצע ספרים קען מען שרייבן וועגן די נעמען פון ספרים. מיר האבן אפילו נישט געמאכט א קיצור פון א קיצור. ועוד חזון למועד.

מיר וועלן אבער משלב זיין סופו פון אונזערע צוויי מאמרים, לתחילתו.

מיר האבן אנגעהויבן די פארגאנגענע וואך, - און א נאמען געגעבן דעם מאמר, - מיט דעם פסוק אין דער לעצטער וואכעדיגע סדרה, פרשה חוקת: ״על כן יאמר בספר״.

איז אינטערעסאנט צו וויסן: אין דער תורה האט דאס ווארט ספר פיל מער ווי איין אפטייטש.

ביי אונז איז דער טייטש פון ספר דאס וואס מ׳רופט אויף אידיש א בוך. א ספר מיט א סך בלעטער, געווענליך א דיק ספר מיט הארטע דעקלעך. אנישט הייסט עס א קונטרס, אדער א העפט, א חוברת. אין דער תורה האט אבער דאס ווארט ספר פארשידענע משמעות׳ן.

אין דער תורה און אין נ״ך, ווערט יעדעס בריוו, אפילו פון בלויז איין בלאט, אנגערופן ספר.

פרשת סוטה איז געשריבן געווארן אויף א ״ספר״, כאטש ס׳איז געווען נישט מער ווי איין בלאט. ווי דער פסוק זאגט אין פרשת נשא: ״וכתב את האלות האלה הכהן בספר״.

א גט ווערט אין דער תורה אנגערופן ספר, ״ספר כריתות״, כאטש ס׳איז נישט מער ווי איין בלאט.

ספר, ווי געזאגט, הייסט אויך א בריוו. ווען דוד המלך האט געשריבן א בריוו צו יואב זאגט דער פסוק (ש״ב י״א, י״ד): ״ויכתוב דוד ספר אל יואב״.

און א דערציילונג, וואס מ׳רופט אויף לשון הקודש א סיפור, און אויף אידיש א מעשה, הייסט אין דער תורה אויך ספר. זה ספר תולדות אדם״ (בראשית ה׳ א׳), זאגט רש״י: ״זו היא ספירת תולדות אדם״. דאס איז די מעשה פון דער תולדות פון דער מענטשהייט. דאס זעלבע זאגט דער ספורנו דארט: ״זה ספור תולדות וקורות המין האנושי״.

און אויף די ווערטער לעצטע וואך אין פרשת חוקת ״על כן יאמר בספר מלחות ה״ זאגט רש״י: ״כשמספרים ניסים שנעשו לאבותינו״.

אלזא דאס ווארט ״בספר״ זאגט רש״י, מיינט א דערציילונג, א סיפור המעשה.

————————————

מיר האבן אויך אנגעהויבן דעם מאמר די פארגאנגענע וואך מיטן ״ערוך השולחן״. עטליכע אינטערעסאנטע נאטיצן וועגן ספר ערוך השולחן בלי״נ אין איינעם פון די קומענדיגע וואכן אי״ה.

בלק תשפ״א
ברוך יודא קליין.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען נפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:ווינדערליכע שמועסן. ווער איז אט דער ברון יודא קליין?
דאס קומט פון א אימעיל צי וואס?

יא, ער שיקט אימעילס יעדע פאר וואכן.

וואו קען מען זיך סובסקרייבן?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען הנפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

וואו קען מען זיך סובסקרייבן?
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: ידיעות מרהיבות מהידען הנפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

וואו קען מען זיך סובסקרייבן?
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען הנפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

א גרויסן שכח!

זייער אינטערסאנט!
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: ידיעות מרהיבות מהידען הנפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

ווי קען מען זיך סובסקרייבן?
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: ידיעות מרהיבות מהידען הנפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

לתשובת השואלים: איך באקום עס פון א ידיד.
נישטא קיין סובסקריפציע אימעיל דערווייל.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: ידיעות מרהיבות מהידען הנפלא ר׳ ברוך יודא קליין שליט״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

התחברות האט געשריבן:לתשובת השואלים: איך באקום עס פון א ידיד.
נישטא קיין סובסקריפציע אימעיל דערווייל.


אה, ייש"כ אויב אזוי מוזט איר ברענגען אלעס...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”