פיינד און ריפלעיס\וויילדקארדס למתחילים - ווארד\תג

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

פיינד און ריפלעיס\וויילדקארדס למתחילים - ווארד\תג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

בס"ד
היות איך טוה אויסשטעלן ספרים, קומט אויס מען זאל זיך גוט אויסקענען אין די סוגיא עמוקה פון 'פיינד און ריפלעיס - וויילדקארטס', ממילא נתתי את ידי בקירבארדי צו פארצייכענען זאל א צווייטער אויכט הנאה האבן, ובפרט בימי הספירה ווען מען האלט אינמיטן צאמשטעלן די מנורה פאזל דארף מען דאך עפעס טוהן בענין איש את רעהו יעזורו.

אינעם שיעור האב איך אויך מלקט געווען רוב טיפס וואס שטייט שוין אינעם הויפט פיינד און ריפלעיס\וויילדקארדס אשכול, עס זאל זיין לפונדק אחד.

פיינד און ריפלעיס איז זייער זייער נוצבאר און וויכטיג זיך גוט אויסצוקענען דערמיט, טאג טעגליך באנוצט מען זיך דערמיט, למשל [דוגמא פון סתם פיינד און ריפלעיס] א טייפער וואס טייפט דארף נישט מקפיד זיין אז ס'טייפט זיך צוויי ספעיסעס, קיין פראבלעם, נאכן ענדיגן די פייל מאכט ער פיינד 2 ספעיסעס און ריפלעיס 1 ספעיס. אדער אויב וויל ער זיך שפארן אביסל צייט קעמען אויסלאזן די פינטל סוף פערעגראף, לבסוף מאכט ער פיינד פאראגראף מארק ^p און ריפלעיס מיט פינטל פאראגראף מארק .^p [קענעך אויך ביי מיין שיעור שרייבן פיינד און ריפלעיס, און שפעטער ריפלעיסן מיט פיינד און ריפלעיס - אחוץ אויב עס איז אין ברעקעטס... וויאזוי מען טוט דאס וועט מען מוזן אויסווארטן אויפן המשך השיעור].

אונז ווילן זיך באצוען בעיקר זיך צו לערנען די ווילדע קארטן וואס איז כאמור זייער פאוערפול און נחוץ, פלעין פיינד און ריפלעיס איז פשוט, כ'וועל עס איבערשמועסן אין קורצן. למשל ווילסטע מאכן אלע אנדערליין זאלן ווערן באלד לייגסטו אריין ביי פיינד אנדערליין דורכן גיין צו: פארמעט > פאנט > אנדערליין סטייל > איין ליין צו צוויי, און ביי ריפלעיס מאכסטו: אנדערליין סטייל > none און דו וועלסט אויס באלד. נאך א משל דו ווילסט אפלייען א געוויסע פארמעט צו א סטייל, מאכסטו ביי פיינד די פארמעט, און ביי ריפלעיס סעלעקסטו די סטייל. [ווען עס קומט צו אריינלייגן קאודס אין תג באנוצט מען זיך מיטן לייגן ביי די ריפלעיס פיעלד די קאוד מיט ^&, דהיינו עס זאל צולייגן דאס צו די פיינד, למשל: אנהויב פון יעדע פאראגראף וויל מען קאוד 00 - @00, לייגט מען ביי פיינד דעם סימן פאר פאראגראף מארק ^p, דערנאך ביי ריפלעיס לייגט מען ^&@00, דהיינו די פאראגראף מארק און דערנאך @00 (משא"כ אויב מען לייגט @00^& וועט די קאוד גיין סוף פון יעדע פאראגראף, וועט זיך אויספעלן נאך א פיינד און ריפלעיס צו טוישן די קאוד נאכן פאראגראף מארק].
די סימנים איז ווי עס איז מפורט ביי 'ספעשל', פארשטייט זיך אז יעדע סימן הייבט זיך אן מיט ^, אז נישט וועט עס זוכן אינעם פייל די סימן עצמו נישט די ספעשל פיינד און ריפלעיס סימן. ^? וועט זוכן יעדע סארט קערעקטער, ווי נאמבערס, פאראגראף מארקס, ספעיסעס, אותיות, נאמבערס וכו'. די דאללער סימבאל ^$ וועט זוכן נאר פאר אותיות. און די פאונד ^# נאר פאר נאמבערס, א. א. וו. טעב איז ^t, פאטנאוט - ^f, ענדנאוט - ^e וכו'.

[align=center]וויילדקארדס - ווארד[/align]
ווען עס איז געטשעקט ביי "וויילקארדס", וועט מען זעהן ביי 'ספעשל' גאר נייע סימנים געאייגנט פאר די ווילדע קארטן, ווייל דעמאלטץ וועלן געוויסע קערעקטערס זיך טוישן, און זיין א וועג צו העלפן זוכן. למשל א קוועשן מארק ? וועט נישט טרעפן די קוועצן מארק קערעקטער וואס איז דא אינעם פייל [ווי ביי סתם פיינד און ריפלעיס], נאר עס וועט זוכן אן 'איינצלנע קערעקטער' [אן צולייגן דעם סימן ^].

א פראגע צייכן ? זוכט פאר איין איינצלנע קערעקטער, לדוגמא ס?ר וועט זוכן ספר, הסבר, גרעסער, וכו'.

א שטערנדל * וועט זוכן איין קערעקטער אדער מער, בעסער געזאגט פון 0 קערעקטערס און מער, דהיינו ווען מען לייגט נאר * וועט ער טרעפן איין קערעקטער. אבער ווען מען לייגט א קערעקטער פארדעם און א קערעקטער נאכדעם וועט עס טרעפן אלעס וואס איז אינצווישן די אלע קערעקטערס. למשל מען לייגט אריין ד*א וועט ער טרעפן: "דרוש הבא", א. א. וו. און ער וועט אויך טרעפן א דל"ת מיט אן אל"ף אן א קערעקטער אינצווישן, משא"כ ד?א וועט נאר טרעפן מיט א קערעקטער אינצווישן.

יעצט וועסטו זייער פשוט פארשטיין וואס יעדער וויל וויסן, וויאזוי מען מאכט קלענער אלע איינגערינגעלטע, און דער תירוץ דורכן לייגן ביי פיינד \(*\), דער הסבר איז אזוי: א פלעינע רינגל קען מען נישט לייגן עס זאל זוכן פאר א רינגל, ווייל ווארד נוצט דאס פאר די סימנים פון פיינד און ריפלעיס-וויילדקארט, ממילא ווען מען וויל דוקא יא זוכן וואס ער האט גענומען פאר סימנים לייגט מען צו א סלעש (העכערן ענטער באטן) צו מבטל זיין דעם סימן, דערנאך דעם שטערנדל און די רינגל הסוגר, איז די זעלבע ווי פריער אז די שטערנדל זוכט אלע קערעקטערס צווישן די רינגען. יעצט ביי 'ריפלעיס' קען מען לייגן די סייז פון די פאנט וואס מען וויל און ריפלעיס אלל, אדער גיי צו פיינד > פיינד אין קאררענט סעלעקשן (אדער מעין דאקיומענט וכו'), דערנאך טרעיט אראפ פונעם דייאלאג באקס קענסט דריקן קאנטראל [ צו מאכן גרעסער מיט איין פוינט און ] צו פארקלענערן א פוינט.

ווי דערמאנט אז כדי צו זוכן א רינגל מיז מען לייגן בעפאר א סלעש, איז אזוי אויך די אנדערע סימנים, למשל ברעקעטס ] [ שטערנדל * אז דו זוכסט א שטערנדל פונעם פייל לייג פארדעם א סלעש אויב לייגסטו דאס: \**\* וועט ער זוכן אלע קערעקטערס צווישן 2 שטערנדלעך. [נאך א דוגמא, ווען מ'גרייט צו א פייל פאר תג, און ס'דא קאודס וואס הייבן זיך אן מיטן עט סימן @. וויבאלד די עט סימן נוצט ווארד פאר פיינד און ריפלעיס איז ווען דו זוכסט אן @ אינעם פייל דארף מען לייגן דעם סלעש בעפאר, אויב זוכסטו אלע קערעקטערס צווישן 2 געוויסע קאודס, שרייב אזוי \@00*\@01].

דעם עט סימן @ נוצט מען צו זוכן די זעלבע קערעקטער וואס דו האסט געשריבן בעפאר, למשל ו@י וועט זוכן פאר די אותיות וי אדער ווי.
רינגעלעך () קומען גאר שטארק צוניץ צו מאכן אפטיילונגען, בכדי צו ריפלעיסן אויף פארשידענע וועגן. לדוגמא איינער האט געמאכט א מפתח הספרים דורכן מאכן טעבס צווישן די מראה מקום (קאפיטל און פסוק) און תוכן, און צווישן די תוכן און מראה מקום פונעם ספר כזה: א, א {טעב} בראשית ברא אלקים {טעב} מח, נא, סז. יעצט כדי אריינצולייגן די קאודס דארף איך אנקומען צו אריינלייגן א קאוד נאך די צווייטע טעב, [און דערנאך קען מען שוין מאכן א פשוטער פיינד און ריפלעיס צו ריפלעיסן א קאוד אנשטאט די ערשטע טעב]. פארדעם באנוצט מען זיך מיט די אפטיילונגען כזה: פיינד (^13*)(^t*)(^t) און ריפלעיס \1\2@05 וועט אנשטאט די צווייטער טעב אריינגיין די קאוד @05. דער הסבר דערפון איז אזוי: מען האט געמאכט 3 אפטיילונגען, דער ערשטער איז די פערעגרעף מארק מיט די קאפיטל און פסוק, דער צווייטער אפטיילונג איז די טעב מיט אלע קערעקטערס ביזן צווייטן טעב, דערנאך די צווייטע טעב. און מען ריפלעיסט מיט אפטיילונג 1 און 2 און קאוד.

ווי דערמאנט ^13 טרעפט א פאראגראף מארק אין וויילדקארטס במקום ^p אין די געווענליכע פיינד און ריפלעיס. לדוגמא מען וויל פארמעטן די ערשטע ווארט פון א פראגראף באלד, שרייבט מען ביי פיינד: ^13* [מיט א ספעיס נאכן שטערן] דהיינו ער וועט זוכן פאר א פאראגראף מארק מיט אלע קערעקטערס ביזן ספעיס, און ריפלעיס מיט באלד. אויב וויל מען די פארמעטינג זאל גיין ביז נאך די צווייטע ווארט פונעם פאראגראף מארק, לייג צו נאך א שטערנדל מיט א ספעיס.

אויב וויל מען פארמעטן נאר די ערשטע ווארט, און נישט די ספעיס דערנאך, קענסטו לייגן אנשטאט די ספעיס - די רעינדזש וואס עס קען אלץ אנטהאלטן די ערשטע ווארט אינעם דאקיומענט, כזה: ^13[א-ת]{1,} און אויב קען די ערשטע ווארט האבן שטרעכלעך לייג עס נאכן אות ת, און אזוי ווייטער אלעס וואס עס קען מעגליך זיין.

די הסבר דערפון כדלהלן:
[עפל]{3} וועט טרעפן אלע ווערטער וואס האבן צירופים פון די 3 אותיות נאכנאנד: עפל עלפ פעל פלע לפע לעפ
[עפל]{1,} וועט אויך טרעפן די אות ע' פ' און ל' וואס שטייען באזונדער. קומט אויס אז די רינדיכיגע ברעקעטס זוכט די אות וואס דו האסט געשריבן בעפאר, ממילא ווען מען שרייבט [א-ת] און דערנאך די 1 אין די ברעיסעס זוכט עס פאר אלע אותיות פון א' ביז ת', אבער נישט די ספעיס ווייל דאס האט מען נישט אריינגעשריבן בעפאר. [אויב לייגסטו יא א ספעיס וועט עס זוכן ביז אן אנדערע קערעקטער למשל א קאמע אדער שטרעכל וואס דאס האט מען נישט כולל געווען אינעם זוך].

נאך א וועג צו זוכן די פאראגראף מארק ביז נאכן ערשטע ווארט אנעם ספעיס, פיינד: ^13[! ]{1,} די עקספלעישן מארק מיט די ספעיס דערנאך בתוך הפרענטעסיס זאגט: "שליס אויס פונעם זוך א ספעיס", און די צוגעלייגטע {1,} זאגט: זוך אלע קערעקטערס אחוץ דער אויסגעשלאסענע ספעיס, ממילא וועט ער זוכן אלע קערעקטערס [אפילו שטרעכלעך וואס דאס רעכנט ווארד א נייע ווארט] ביזן ספעיס. [אבער אויב וועסטו שרייבן אזוי: {1,3} האסטו אים איינגעצוימט, און ער וועט זוכן נאר ביז 3 קערעקטערס].
נאך א וועג: ^13<*> דהיינו ער זוכט די פאראגראף מארק, < ווייזט אנהייב א ווארט, * דערנאך אלע קערעקטערס, > זאגט ביז סוף ווארט. ס'איז אבער דא א פראבלעם מיט דעם מהלך, ווייל ווארד באטראכט שטרעכלעך כזה " ווי סוף ווארט ממילא וועט נאר ווערן געפארמעט ביזן שטרעכל.


אויב האט מען אזא ליסטע:
1תשנ"ח
55תרצ"ד
5145תרע"א
און מען וויל לייגן א 'ספעיס דעעש ספעיס' אויף די גאנצע ליסטע, פארדעם מאכט מען צוויי גרופס, איינס איז אלע נאמבערס אין ברעקעטס כזה: ([0-9]) דאס באדייט א גרופ פון אלע נאמבערס אין די רענדזש פון 0 ביז 9, דערנאך נאך א צווייטע גרופ פון די רעינדזש פון אלע אותיות כזה: ([א-ת]), קומט אויס די פיינד איז ([0-9])([א-ת]) און ריפלעיס מיט דאס \1 - \2, דהיינו א ספעיס דעש ספעיס צווישן די צוויי גרופס.

נאך א דוגמא, מען וויל זוכן אינעם גאנצן פייל אויב דער טייפער האט בטעות געלייגט א קאמע פאר די לעצטע אות פונעם ווארד, און ריפלעיסן נאך די ווארט, לייגט מען ביי פיינד ([,])([א-ת]) דאס באדייט די רעינדזש פון די קאמע, דערנאך די אות און ריפלעיס: \2\1 דהיינו גרופ 2 פאר גרופ 1. [אויב האט מען א חשש אויף א קאמע אדער פינטל אינמיטן א ווארט, און מען וויל דאס שטעלן נאך די ווארט, דארף מען איבערמאכן עטליכע מאל ריפלעיס אלל ביז עס קומט אן צום סוף ווארט, ועי' להלן].
מען קען אויך צולייגן אין די רענדזש אלע ענדע אותיות [ךםןףץ.,], אזוי וועט זיך טוישן אלע ענדע אותיות וואס זענען בטעות געשריבן געווארן אינמיטן ווארט, און עס קומט סוף ווארט. אזוי אויך א סוגר ריבוע ווי דאס ] אדער א רינגעלע לייג דאס אריין אין די מנצפ"ך גרופע מיט א סלעש בעפאר, ממילא וועט אויסקוקן דער פיינד אזוי:
([ךםןףץ.,\)\]])([א-ת])
יעצט כדי מען זאל נישט דארפן קליקן עטליכע מאל ריפלעיס אלל ביז עס קומט אן די געוואונטשענע צום סוף ווארט, למשל עס שטייט ג,עדאנקענגאנג קומט אויס אז די קאמע האט א וועג צו גיין 11 טריט - 11 אותיות כדי ער זאל זיך געפונען נאכן ווארט, אויב דו וועסט צולייגן צום פיינד דאס: {1,11} וועט די קאמע שפרינגן גלייך ביז סוף ווארד. פאר די ווארט אליינס און פאר די משל וואלט גענוג געווען אז מען לייגט נאר דעם עלעווער כזה: {11,} מען וויל דאך אבער עס זאל טרעפן אלע אותיות וואס האבן ענדע אותיות מיט קאמעס וכו' און זיי דארפן גיין איין טריט און מער - פון 1 ביז 11, פארדעם דארף מען שרייבן כנ"ל. אבער באמת פעלט דאס נישט אויס ווייל מ'קען שרייבן {1,} וואס דאס באצייכנט איינס און מער, נישט קיין חילוק וויפיל, קומט אויס אזוי קוקט אויס דער פיינד:
([ךםןףץ,\)\]])([א-ת]{1,})
מען לייגט אים אינעם רינגל פון די אותיות א-ת ווייל דאס ריפלעיסט ער (\2), ממילא גייט דאס ארויף די אנווייזונג אויף אים ביז וויפיל טריט ער זאל גיין אויפאיינמאל.

די זעלבע קען מען אויך זוכן פאר א כמנפצ פון סוף ווארט אזוי: ([א-ת])([כמנפצ])> און דורכגיין איינס ביי איינס און פאררעכטן.

לגבי די שאלה פון אנהויב, אז מען וויל ריפלעיסן איבעראל ווי עס שטייט פא”ר זאל שטיין פיינד און ריפלעיס, אבער אויב שטייט פא"ר אין ברעקעטס זאל ער 'נישט' ריפלעיסן מיט פיינד און ריפלעיס ווען מען מאכט דאס פאר די גאנצע פייל, שרייבט מען ביי פיינד \[*פא"ר# און ביי ריפלעיס ^&# יעצט וועט יעדע פא”ר צובאקומען א סימבאל, יעצט קען מען מאכן די ריפלעיס אויפן גאנצן דאקיומענט, און דערנאך ריפלעיסן די סימבאל מיט פא”ר. די וואס איך האב געשריבן אין דעם שטיקל, און לכאורה ליגט עס דאך נישט אין ברעקעטס, און איך וויל דאך נישט ס'זאל מיטגעכאפט ווערן מיט די גרויסע טויש פון אלע וואס ליגן נישט אין ברעקעטס, פארדעם האב איך בשעת'ן טייפן עס יא געלייגט אין ברעקעטס, און ווען איך האב געמאכט די טויש האט עס צובאקומען א סימבאל, ממילא מאך איך א פשוטער פיינד: [פיינד און ריפלעיס#] און ריפלעיס: פא"ר. אדער מיט וויילדקארדס פיינד: (פיינד און ריפלעיס)(#) ריפלעיס: \1 ממילא ריפלעיסט עס נאר די ערשטע גרופ.

טיפ: אין ווארד 16 קען מען אויפאיינמאל זעהן אלע מציאות וואס ער האט געטראפן ביי די פיינד באקסל אויף די לינקע זייט, און אלעס ווערט געהיילייט.

א ספר פון א קלארע דרוק וואס מען האט געמאכט ocr, איז אנשטאט זאל שטיין השי"ת שטייט השיי'ת, שרייבט מען ביי פיינד: (?)(')(?)> [די צווייטע י' איז גרופ 1, די שטרעכל גרופ 2, די לעצטע אות איז גרופ 3, דערנאך די סימן > אז דאס איז סוף ווארט]. אויב איז דאס נאר ביי דעם פאל פון א י' און שטרעכל, שרייבט מען א י' אנשטאט דעם ערשטן פראגע צייכן כזה: (י)(')(?)> און ריפלעיס: "\3 [אנשטאט גרופ 1 און 2 זאל זיין אן אויבערשטרעכל " מיט די לעצטע אות פון די ווארט.

למשל דער טייפער האט נאכגעשריבן פון אן אלטע דרוק יעדע ר"ת למשל ענ"ג איז ר"ת "עדן "נהר ג"ן, און מען דארף נישט די שטרעכלעך נאר מען וויל מאכן די ערשטע אות באלד, פיינד: ( )(")(?) ריפלעיס: \1\3 און באצייכן באלד ביים ריפלעיס. [די ספעיס פארן ווארט וועט אויך ווערן באלד, קענסט דאס נאכדעם טוישן, דורך א פשוטער פיינד און ריפלעיס, פיינד ספעיס באלד, ריפלעיס ספעיס רעגולער.

נאכן אויסשטעלן א ספר אין תג, אין דער קאסטומער בעהט די ספר אין ווארד כדי צו מאכן מפתחות דערויף [אין תג לייגט מען סוף פון יעדע עמוד די מספר העמוד פונעם ספר מיטן סקריפט..., דערנאך פארמאכט מען די פייל אן סעיוון, עקספארט rtf מיט קאודס], אויב האט מען פאטנאוטס אין תג, לאמיר זאגן מען האט געמאכט דעם אות צום הערה כזה [ח] און יעצט אין ווארד וויל מען דאס ארויסנעמען עס זאל נישט שטערן צו מאכן מפתחות, יעדע מספר ליגט צווישן 2 קאודס כזה: @11[ח]@12 כדי דאס אויסצומעקן, פיינד: \@11\[[א-ת]{1,}\]\@12 און ריפלעיס: גארנישט.

כ'האף נאך אי"ה זיך צו מאכן צייט אראפצושרייבן די מהלך פון פיינד און ריפלעיס\וויילדקארדס אין תג, יעזור השי"ת מ'זאל גוט זיך אדורכזוכן ולתקן את נר"נ מכל סיג ופגם, און זיך פארבעסערן און טוישן צום גוטן.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

מתוקים מדבש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

האניג האט געשריבן:פיינד ענד ריפלעיס אין ווארד - ספעציעל מיט ווילדע קארטן (Wildcards) - איז אבנארמאל שטארק, אויב מ'לייגט זיך נאר אביסל אריין אין דעם זעט מען אז ס'איז מים שכמעט אין להם סוף! ('כמעט' - נישט ממש אלעס קען עס טון, אבער רובא דרובא זאכן וואס מען דארף איז עס געוואלדיג שבגעוואלדיג!)

לאמיר דא אראפברענגן איין משל וואס ס'מיר לעצטענס שטארק צוניץ געקומען:

איך האב אין א דאקיומענט צענדליגע שורות וואס זענען אזוי:

@56[תוכן הטעקסט, יעדער מאל עפעס אנדערש, פארשטייט זיך]

(דער @56 נוץ איך שפעטער אריינצואימפארטן אין תג, ואכמל"ה.)

רופט מיר אן דעם איד אז ער האט זיך מיישב געווען אז ער וויל נישט האבן די ברעקעטס (אריינגערינגעלטע סימנים) ארום די ווערטער. דהיינו אלעס זאל בלייבן די זעלבע נאר די ברעקעטס פאר זיך זאל פעלן. (אין אונזער משל זאל עס זיין אזוי: @56תוכן הטעקסט, יעדער מאל עפעס אנדערש, פארשטייט זיך)

וואס טוט מען? דער ערשטער זאך טראכט מען פון א פיינד אין ריפלעיס. אין דאס האב איך געטון:

מיין פיינד איז געווען: (\@56)(\[)(*)(\]) מיט וויילדקארדס.
מיין ריפלעיס איז געווען: \1\3

עס זעט אויס צומישט און קאמפליצירט, אבער לאמיר עס אדורכגיין צוביסלעך און דאכצעכמיר אז וועסט זען אז ס'איז זייער פשוט:

לאמיר פאר יעצט פארגעסן פון די פערענטיסיס מארקס (מאמר המוסגר סימנים) פונ'ם פיינד, און זיך דאכטן אז אזוי איז די פיינד: \@56\[*\], מיר וועלן צו דעם צוקומען שפעטער. שוין, ס'זעט שוין אויס אביסל ווייניגער קאמפליצירט.

יעצט וועט מען גיין סטעפ ביי סטעפ פון רעכטס צו לינקס:
קודם לאמיר לייגן א טשעק ביי Use Wildcards.
דער ערשטער זאך וואס מען דארף דא טרעפן איז אן עט (@) סיין, נו, וואס טוט מען? זייער גוט! מען טייפט אריין אן עט סיין אינ'ם זוך קעסטל. יעצט פרוביר קליק אויף פיינד, גערעכט, ס'גייט נישט! וואס איז דער פראבלעם? איינער פון די סימיני וויילדקארדס וואס ס'נוצט פאר איר אייגענע געברויכן איז טאקע דעם עט סימבאל (אזוי ווי מען זעט ווען מען קוועטשט 'ספעשיל') לאזט עס אונז טאקע נישט נוצען צו טרעפן א פשוטען עט סיין, וואס טוט מען אין אזא פאל און ווי אויך אלע אנדערע סימבאלן וואס מען קען נישט פשוט ניצן מיט וויילדקארדס (למשל [ און ], אזוי ווי מיר וועלן שפעטער זען)? מען לייגט צו סלעש (\) פארדעם, אזוי זאגט מען דעם פיינד אז דעם אות נאכדעם איז נישט קיין וויילדקארד נאר א פשוטע אות.
יעצט האט מען אזוי: \@. יעצט פרובירט צו סערטשן, יא, סגייט! ס'טרעפט אלע @ סיינס!

יעצט דארף מען טרעפן דערצו די נומערן 56. דאס איז זייער פשוט, מען לייגט אריין די נומערן 56 נאך \@ פשוט כפשוטו. יעצט האט מען: \@56.

שוין, מ'האלט שוין אויף עפעס א וועג.

וואס איז דער נעקסטע זאך מען דארף טרעפן? יא, דאס איז דעם ערשטען ברעקעט. אבער דא איז שוין דעם זעלבען פראבלעם וואו פריער. דהיינו, ווארד נוצט א ברעקעט אלס א וויילדקארד סערטש (א שטייגער וואו אונז האמיר גענוצעט דעם סלעש סימבאל), און מען קען דאס נישט נוצען צו זוכען דעם עצם קערעקטער בעצמו. האט מען דער זעלבער לייזונג וואו פריער: מען לייגט א סלעש סימבאל פארדעם: \[.

יעצט האבן מיר אזוי:\@56\[

יעצט קומען די ווערטער צווישן די ברעקעטס וואס דאס איז אנדערש יעדער מאל. דא לייגט מען אריין א בלויזע שטערנדעל (*) וואס דאס ווייזט אן צו טרעפן אלעס אלעס וואס איז דא נאך דער פריערדיגע אות פונ'ם פיינד ביז'ן קומענדיגן אות פונ'ם פיינד.

האלטן מיר שוין א שיין שטיקל מהלך, כמעט געענדיגט: \@56\[*

דאכצימער אז דער נעקסטע צוויי אותיות פעלט מיר נישט אויס צו זאגן. מען וויל דאך טרעפן דעם צווייטען ברעקעט, לייגט מען צו ביים סוף: \]

האבן מיר דא יעצט א זאפטיג שטיקל: \@56\[*\]

יעצט ווען דו גייסט מאכן א פיינד וועסטו טרעפן פונקט וואס מען זוכט: יענער גאנצע שורה. אבער נישט פארדעם האבן מיר געארבעט אזוי שווער. דער חכמה וואס קומט יעצט איז דער ריפלעיס!

מיר גייען בעטן דעם ריפלעיס ער זאל לאזן אלעס וואס ער טרעפט, חוץ \[ און \] דהיינו די צוויי ברעקעטס. טאקע דא קומט אריין די פרענטיסיס פונ'ם פיינד. די פרענטיסיס צוטיילט דעם פיינד און חלקים (גרופס). ביי אונז עמער עס צוטיילן און פיר חלקים: מען גייט לייגן \@56 צווישן פרענטיסיס: (\@56), יעצט איז באשאפן געווארן איין גרופ. נאכדעם גייט מען לייגן \[ אין א צווייטן גרופ דורך עס ארומנעמען מיט פרענטיסיס: (\[). דערנאך גיימיר לייגן דעם שטערנדעל אין א דריטן גרופ: (*), און צום סוף וועלן מיר לייגן דעם צווייטן פרענטסיס און פערדן און לעצטן גרופ: (\])

אצינד האבן מיר א פיינד מיט פיר גרופעס: (\@56)(\[)(*)(\])

יעצט גיין מען זאגן דעם ריפלעיס אזוי: האלט גרופ נומער איינס, ווארף אוועק גרופ נומער צוויי, האלט נומער דריי, און נומער פיר דארף איך אויך נישט.

וויאזוי באווייזט מען צו זאגן אזוי?
א גרופ ווערט פאררופן אזוי אין דעם ריפלעס קעסטל: \1 (פאר גרופ נומער איינס) \2 (פאר גרופ נומער צוויי) אא"וו...

קענסט שוין אליינס פארשטיין? זייער גוט מען לייגט אריין אינ'ם ריפלעיס אזוי: \1\3, דהיינו בלייב מיר נאר איבער מיט גרופ נומער איינס און דריי.

יעצט מאכט א ריפליעס אלל און געוואלדיג! אלעס ארבעט זאפטיג פיין וואויל און גוט!

אנטשילדוגטס פאר אזוי מאריך זיין, איך האף אז איך האב מהנה געווען א פאר אידן דערמיט, און מען זאל זיין א מבין דבר מתוך דבר און עס אויסנוצן אויף פילע אנדערע געברויכן פאר'ן באנוצן מיט ווארד מידי יום ביומו!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

למען הפונקטליכקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

זאגט מיר ידידי הרב ק"ק, אז די איבערזעצונג פון פיינד און ריפלעיס איז טרעף און ערזעץ.
(זוך און טויש - סירטש און טשעינדזש)
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יישר כח הרב 'אדער יא'. זייער נוצבאר.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

ישר כח, זייער זייער שיין.

נאר איין זאך איז וויכטיג אנצומערקן אז אין ווארד ווען מ'וויל דורך ריפלעיס פארמעטן היברו אותיות, דארף מען עס אנשטעלן ביי קאמפלעקס אותיות (די צווייטע שורה) נישט די ערשטע.

פארשטאנען?
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ייש"כ, טאקע פארגעסן אויסצושמועסן. (איינמאל מ'קען, ווייסט מען נישט אין וואס א בעגינער שטאלפערט זיך אלס אן)
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

א מחי'! אזוי פיין און קלאר אראפגעלייגט. קומט גוט צוניץ.
א שאד איך האב הערשט איצטערט געטראפן דעם אשכול.
שכח הרב אדער יא.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

תזכו למצוות, יישר פארן זיך באדאנקן. געזעהן די וואך א נורא'דיגע מעשה וועגן זיך באדאנקן אין די הליכות החיים גליון.
אין קורצן: די בעל הלשם האט זיך צעוויינט ווען מ'האט אים געזאגט אז די בן איש חי האט זיך געפרייט מיט זיינע ספרים פאר 40 יאר פריער, ווען ער וואלט געוואוסט וואלט ער געמאכט נאך צענדליגע חיבורים.

נאכן זיך באנוצן א שטיק צייט דערמיט, ווערט גרינגער און גרינגער אלעס, ממש חבל על הזמן נישט זיך צו אויסלערנען אפ"א די יסודות.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

יעצט געזעהן דעם אשכול צום ערשטן מאל, איך העדיר זאגן דעם אמת איך נוץ נישט קיין סך די פא"ר אפציע אבער אזא שיינע בחנם'דיגע שיער איז עפעס גאר שיין און ס'מיר געווען אינטערסאנט.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

איך האב פראובירט דורך פיינד ענד ריפלעיס צו טוישן די סייז פון אותיות אין א פייל, עס האט געטוישט די סייז אבער אלעס איז געווארן טיימס ניו ראומען
איך האב אנגעשטעלט עס זאל בלייבן די זעלבה פאנט
איינער ווייסט פארוואס?
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

האסט אנגעשטעלט ביי קאמפלעקס סקריפטס?
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

אדער יא האט געשריבן:האסט אנגעשטעלט ביי קאמפלעקס סקריפטס?

יא
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

welcome to microsoft word...
עס מאכט זיך אפט אין ווארד אזעלכע זאכן, איך ווער צודרייט ווען דאס פאסירט, אדרבה, אויב איינער האט אן עצה זאל מען זיך אנרופן
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

גראדע האב איך שוין געכאפט מיין טעות, וועגן כהאב עס אריינגעלייגט סיי ביי קאמפלעקס סקריפטס און סיי ביי פשוטע.
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

גוט אינאכט צו נעמען אז מ'דארף דריקן "נאו פארמעטינג" אויסצומעקן אזא זאך.
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

ווער קען מיר אנווייזן גענוי וויאזוי צו טרעפן אלע footnotes וואס ענדיגן זיך נישט מיט א period?
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:ווער קען מיר אנווייזן גענוי וויאזוי צו טרעפן אלע footnotes וואס ענדיגן זיך נישט מיט א period?

זוך מיט וויילדקארדס פאר:
([!\?.:])^13

אויב דו ווילסט עס סתם "טרעפן" דאן ביי פיינד קענסטו מאכן "פיינד אין>פאאטנאוטס".

אויב דו ווילסט בעסיקלי צולייגן דער פינטל דאן אינעם פיינד לייג אויך צו אז עס זאל זיין דער "סטייל" פון Footnote Text. און מאך ריפלעיס וויט:
\1.^p
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

קנאפער ידען האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:ווער קען מיר אנווייזן גענוי וויאזוי צו טרעפן אלע footnotes וואס ענדיגן זיך נישט מיט א period?

זוך מיט וויילדקארדס פאר:
([!\?.:])^13

אויב דו ווילסט עס סתם "טרעפן" דאן ביי פיינד קענסטו מאכן "פיינד אין>פאאטנאוטס".

אויב דו ווילסט בעסיקלי צולייגן דער פינטל דאן אינעם פיינד לייג אויך צו אז עס זאל זיין דער "סטייל" פון Footnote Text. און מאך ריפלעיס וויט:
\1.^p

ייש"כ גדול. אבער ביי די וויילדקארדס ווייזט ער מיר אלע וואס ענדיגן זיך מיט א פינטל. איך זוך אלע וואס ענדיגן זיך אן א פינטל.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:ווער קען מיר אנווייזן גענוי וויאזוי צו טרעפן אלע footnotes וואס ענדיגן זיך נישט מיט א period?

זוך מיט וויילדקארדס פאר:
([!\?.:])^13

אויב דו ווילסט עס סתם "טרעפן" דאן ביי פיינד קענסטו מאכן "פיינד אין>פאאטנאוטס".

אויב דו ווילסט בעסיקלי צולייגן דער פינטל דאן אינעם פיינד לייג אויך צו אז עס זאל זיין דער "סטייל" פון Footnote Text. און מאך ריפלעיס וויט:
\1.^p

ייש"כ גדול. אבער ביי די וויילדקארדס ווייזט ער מיר אלע וואס ענדיגן זיך מיט א פינטל. איך זוך אלע וואס ענדיגן זיך אן א פינטל.

אר יו שור? די קאוד זאגט קלאר צו טרעפן נאר די וואס האבן נישט קיין פינטל.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

קנאפער ידען האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:ווער קען מיר אנווייזן גענוי וויאזוי צו טרעפן אלע footnotes וואס ענדיגן זיך נישט מיט א period?

זוך מיט וויילדקארדס פאר:
([!\?.:])^13

אויב דו ווילסט עס סתם "טרעפן" דאן ביי פיינד קענסטו מאכן "פיינד אין>פאאטנאוטס".

אויב דו ווילסט בעסיקלי צולייגן דער פינטל דאן אינעם פיינד לייג אויך צו אז עס זאל זיין דער "סטייל" פון Footnote Text. און מאך ריפלעיס וויט:
\1.^p

ייש"כ גדול. אבער ביי די וויילדקארדס ווייזט ער מיר אלע וואס ענדיגן זיך מיט א פינטל. איך זוך אלע וואס ענדיגן זיך אן א פינטל.

אר יו שור? די קאוד זאגט קלאר צו טרעפן נאר די וואס האבן נישט קיין פינטל.

גערעכט!! איך האב עס פריער נישט געטון ריכטיג.
הודאות לרוב!
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וויאזוי טרעפט מען עני 'טעב'?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פעיק נוז האט געשריבן:וויאזוי טרעפט מען עני 'טעב'?

^t
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טענקס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ביז אפאר מינוט צוריק, ווען איך האב געוואלט אויסמעקן אסאך פעידזשעס (ווארד) פלעג איך סעלעקטן מיט שיפט פעידזש אפ\דאון, איז מיר בייגעפאלן א פשוטן עצה וואס נעמט שנעלער.
מ'לייגט א סימבל פון וואו מ'וויל אויסמעקן, און צום סוף (קאנטראל g), דערנאך פא"ר
פיינד: %*$
ריפלעיס: גארנישט
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

וויכטיגע טיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

זייער וויכטיג צו וויסן אויב וויל מען זוכן עפעס וואס איז כולל א פערעגרעף מארק נישט צו נוצן דעם שטערנדל *, ווייל דעמאלטץ קען עס כולל זיין עטליכע פאראגראפן. נאר אנשטאט דעם שרייבט מען:
[!^13]@א
דהיינו זוך ווייטער און ווייטער עפעס א קערעקטער וואס איז נישט קיין פאראגראף מארק, @ און נאך קערעקטערס - ביז די א' (אדער עפעס אנדערש וואס מ'שרייבט נאך די @).
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”