א איד האט מיר געגעבן א שטויס פאפירן אנגעפירקלט מיט אינפארמאציע וואס דארף ווערן א מפתח פון א ספר, ער האט עס צוטיילט אין עטליכע קאלומס, די ערשטע קאלום איז דער שם הכולל פון די ענין (צב"ש שבת), דער צווייטער קאלום איז דער פרט פונעם ענין (צב"ש בישול, אופה), דער דריטער קאלום איז דער סימן פונעם ספר וואס רעדט פון דעם נושא, דער פערטער קאלום איז דער עמוד פונעם ספר, און אזוי ווייטער.
איז מיין פראגע צו די וועטעראן טייפיסטן, אויב עס לוינט בכלל צו טייפן אזא סארט דאקומענט אויף ווארד, אדער איז דא ספעציעלע געאייגנטע פראגראמען דערפאר.
און אויב איז ווארד דער גוטער פראגראם דערפאר, אפשר צייגט איר מיר אן וויאזוי אויסצושטעלן דעם דאקומענט? זאל איך מאכן א טבלא?
אויב איינער האט ערפארונג אין דעם נושא, און וויל אפשר איבערנעמען די גאנצע זאך, קען מען זיך אויך מעלדן.
אויפטייפן א מפתח
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am