בלאט 1 פון 1

וויאזוי צו מאכן דריי קאלומס אין ווארד פוטנאוטס

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 5:24 pm
דורך החכמהמאין
ווער עס קען ארויס העלפן:
כ'האב צו טייפן א געוויסע שיעור וואס האט דריי חלקים דערינען, ווי למשל 'ביאורים' 'עיונים' 'ציונים', און כ'דארף דאס קענען צולייגן צום געווענליכן טעקסט פון אויבן - כאילו ווי א FOOTNOTE, נאר עס דארף זיין דריי באזונדערע FOOTNOTE'S,
ווייסט איינער וויאזוי מען קען דאס אויסשטעלן?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 5:35 pm
דורך תרנגול
נישט אין ווארד

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 5:56 pm
דורך החכמהמאין
נאר?

כ'רעד נישט פון אויסשטעלן דעם עמוד, דאס וועט מען מוזן נוצן תג וכדו', איך רעד בלויז פונעם טייפן.

איז דא עפעס אן עצה?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 5:59 pm
דורך למעלה משבעים
קענסט מאכן די ביאורים אלץ דעם אויבן, די עיונים אלץ פוטנאוט'ס, און די ציונים אלץ ענדנאוטס.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 6:18 pm
דורך יידישע קהילות
למעלה משבעים האט געשריבן:קענסט מאכן די ביאורים אלץ דעם אויבן, די עיונים אלץ פוטנאוט'ס, און די ציונים אלץ ענדנאוטס.

ער שרייבט דאך אז ער וויל האבן 3 סעפעראטע פוטנאוטס!
למשל: מחבר (מיט הגהות = פוטנאוטס #1), ט"ז (מיט הגהות פוטנאוטס - #2) און מג"א (מיט פוטנאוטס #3)
פ"וו מאכסטו נישט דריי אפטיילונגען אין איין דאקומענט. דהיינו די ערשטע 10 עמודים פאר דעם מחבר, די צווייטע 10 עמודים (קאלירד בלוי) פאר דעם ט"ז, און די דריטע (קאלירד גרין) פארן מג"א?
זאגסט דאך אז גייסט מאכן דעם עימוד אין תג

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 6:28 pm
דורך למעלה משבעים
כ'מיין איר האט נישט ריכטיג פארשטאנען. אבער איך האב פארזען אז די ביאורים וויל ער אויך אלץ פוטנאוט. לפי ידיעתי איז נישט שייך צו מאכן 'דריי' סארטן הערות, נאר פוטנאוט און ענדנאוט.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 6:44 pm
דורך יידישע קהילות
איך האב נישט ריכטיג פארשטאנען אדער איר האט פארזען?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 6:53 pm
דורך למעלה משבעים
ביידע.
ער רעדט פון חידושים אויבן, לדוגמא מחבר, און דריי סארטן פוטנוט'ס אונטן. בערך אזוי ווי די משנ"ב, אויבן די מחבר, און אונטן משנ"ב, ביה"ל, שע"ת, וואס אלע דריי גייען ארויף אויפן זעלבן מחבר [נישט ווי די שעה"צ וואס איז הערות אויפן משנ"ב].

געשריבן: מיטוואך יאנואר 13, 2016 7:22 pm
דורך יידישע קהילות
איך האב יא פארשטאנען, איך האב נאר אנגכאפט דעם משל מיט נעמען פון דריי אנדערע ספרים.
דער משנ"ב איז דאך דער שעה"צ אליינס די פוטנאוטס...

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 4:01 pm
דורך אומאפיציעל
ענדנאוט'ס איז סיי ווי נישט קיין עצה, ווייל עס גייט נישט אויפן זעלבן בלאט, עס גייט ערשט צום סוף פון דעם פייל.

איך וואלט ענדערש מציע געווען צו מאכן אלעס אין די פוטנאוט'ס, נאר יעדע פירוש זאל האבן א באזונדערע סטייל (אנדערע פאנט, סייז, וכדומה), אזוי וועט מען דערקענען וואס באלאנגט צו וועלכע חלק (הערות, ציונים, וכדומה)

געשריבן: מאנטאג פעברואר 06, 2017 7:11 am
דורך thefact
עס איז דא אן עצה צו מאכן די פוטנאוט'ס אין טעקסטבאקסעס, עס האט טאקע די חסרון אז עס איז נישט קאנעקטעט אויבן צו אונטן דירעקטלי, אבער עס האט די מעלה אז מען קען מאכן מער ווי איין קאלום פוטנאוט, און לינקן די טעקסטבאקסעס, אדער קען מען מאכן מער ווי איין מין פוטנאוט'ס און לינקן די טעקסטבאקסעס פון איין בלאט צום צווייטן.