למעלה משבעים האט געשריבן:בנוגע די העדער, די ווערטער וואס די ווילסט זאל שטיין אין העדער, לדוגמא פרק א' פרק ב', דארפסטו האבן א ספעציעלן סטייל ארויפגעלייגט אויף דעם, אויב האסטו נישט, איז די גרינגסטע סעלעקט דעם פאראגראף דריק קאנטרל שיפט S, און טייפ אריין די נאמען פארן סטייל. לאמיר זאגן לדוגמא perek.
דאן גיי אין די העדער ווי די ווילסט עס ארויפברענגן, דריק קאנטרל F9, און טייפ אריין די פאלגענדעקאוד: וועל אויס אלע
STYLEREF "perek"
דערנאך דריק F9, עס דארף ארויפקומען דארט פרק א' וכדומה.
[align=center]ברוך השם. די העדדער ארבעט א מחיה.[/align]
יעצט איז אפירגעקומען א פרישע שאלה:
איך וויל אויף די לינקע בלאט זאל שטיין די נאמען פון די מאמר (ווצבש"פ פורים פסח וכו'), און אויף די לינקע בלאט זאל שטיין די נומבער פון די מאמר, מאמר א' מאמר ב' וכדומה. האב איך געטוהען די זעלבע זאך אויף די רעכטע זייט און ס'ארבעט א מחיה.
די פראבלעם איז נאר, אויב וויל איך נישט אז ס'זאל שטיין אנהויב פון די מאמר, מאמר א' מאמר ב' וכדו', ווי אזוי מאך איך דעם סטייל אז ס'זאל ארויפקומען אויפן העדדער, אבער נישט אינעם גוף הספר?
כידוע ביי ווארד ווען מ'מאכט צוויי קאלומ'ס קומט עס נישט אויס אייניג סוף פון די עמוד. איך האב 'המשלים לווארד' וואס האט אן עצה דערויף, אבער איך קען מיר נישט אויס דערמיט, און דאכט זיך מיר אז אפילו מיט זייער מעקרא דארף מען ארבעטן אויף כמעט יעדע עמוד עקסטער. איז דא עפעס א בעסערע עצה דערויף?
איז די נייערע ווערסיעס פון ווארד בעסער כלפי דעם? [איך האב דערווייל ווארד 2007].