בלאט 3 פון 4

געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:33 pm
דורך ענדע צדיק!
קנאפער ידען האט געשריבן:
רייזענדער האט געשריבן:ביקש לישב בשלוה קפץ עליו...נארוואס געסאלווד איין פראבלעם, איז אפירגעקראכן א צווייטס...

איבעי' להו, איך האב געלייגט א פעידזש קאליר אויף א דאקומענט, אבער ווי ערשטוינט בינעך געווארן ווען איך מאך PDF, זעה איך אז ביי די רעכטע זייט פונעם דאקומענט ענדיגט זיך די פעידזש קאליר פריצייטיג - עס גייט נישט ביזן עק פונעם פעידזש, קען איינער מיר לערנען פשט דערין???

אחר העיון זעט מען אז דער סיבה איז געווען ווייל עס איז געווען א קאסטיום סייז פעידזש אין ווארד, און דער PDF פרינטער איז יא געווען אנגעשטעלט אויפן געהעריגן סייז, במילא אויף דער צוגעלייגטער פלאץ האט ער נישט געפרינטן. נאכן טוישן דער PDF פרינטער'ס סעטטינגס ארבעט עס ב"ה פיין.

אפי' ווען מען האט געמאכט סעיוו עס? דאסענט מעיק סענס (איך גיב מיר אונטער, אבער עס איז זייער אינטערסאנט)

געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2014 3:21 pm
דורך רייזענדער
הערסט א מעשה וואס דא קומט פאר?...איך דריק אויס מיינע קרעמפן וואס איך לייד זיך אן פון דעם מייקראסאפט ווארד'ן דא בשער בת רבים דאהי בתוככי עלמא דיהודאה, ביז געציילטע מינוט ווארט מיר אפ דארט אויבן אויף די רעכטע זייט א פריוואטע אישי, כ'געב א קוק, הרב קנאפער קלאפט אין טיר ער בעט זיך בדמעות שליש אז ער וויל מיר העלפן, איך געב אים מיין אדרעס ביז א קורצע צייט הנה זה בא, דער סקרין מיינער פון איין סעקונדע אויפן צווייטן איז פושט צורה ולובש שחורים, און דער מייזל מיט וואס איך האלט אינמיטן ציען מיט איר עפעס א שעיפ אין ווארד, ווערט מיר פלוצים, אן קיין פריערדיגע מעלדונג, ארויסגעצויגן פון אינטער מיין ארעם, איך הייב זיך אן ארומצוקוקן וואס דא קומט פאר, און איך זעה ווי מיין מייזל הייבט אן ארומצולויפן ווי א "פאר'סמ'ט מייזל" הין-און-אהער, איך פרוביר מיט אלע כוחות צוריקצונעמען קאנטראל איבער איר, אבער ס'אשאד דער פון די צווייטע זייט איז שטערקער...

שוין איך הייב הענט, ורייזענדער שמר את הדבר צו זעהן וואס דא גייט זיך אויסקאכן, נו וואס מיינט איר, איר האט א קלער אז ווען עימיצער שטעלט זיך אקעגן ידידינו הרב קנאפער קען ער אפילו חלומ'ן פון אים בייקומען?!....גיי פארצייל דעם צוריקגעשטאנענע גוי'אישן קאפ פון ווארד, אז קנאפער איז זיך שוין מיט אסאך גרעסערע פון אים דורכגעקומען, והאשכול הזה יוכיח...

אלענפאלס, א ריזיגן שכויעח הרב קנאפער, כ'גלייך זייער ווען איך האב דיר דא ביי מיר אין שטוב, ווייל לפענ"ד איז דאס די העכסטע מדריגה פון הכנסת אורחים ווען דער אורח שפירט זיך בעה"ב און דער בעה"ב שפירט זיך אלס אורח, סוף כל סוף ווען דו קומסט אריין ביי מיר אין קאמפיוטער שפיר איך זיך אלס אורח, וויבאלד דו קענסט זיך סך בעסער אויס ביי מיר אינדערהיים ווי איך אליינס... אבער פארט לאמיר האפן אז כ'זאל דיר מער נישט דארפן אויפנעמען נאכאמאל דא, און דער ווארד זאל בעסער ביהעיווען איף הי נאוס וואט גוד פאר הים...

געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2014 7:31 pm
דורך thefact
רייזענדער א גרינע ארויף! ממש א ריח ניחוח
יישר כח דארף מען אויך וויסן ווי אזוי צו זאגן הויך
און אט אזוי זאגט מען יישר כח

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:52 pm
דורך יש דברים בגו
כ'ווייס נישט וואס גייט פאר. כ'האב שוין געמאכט א pdf פון דעם פייל צענדליגע מאל קיינמאל קיין פראבלעם נישט געהאט. יעצט האט ער מיר אנגעפאנגען צו מאכן באקסעלעך לענגאויס די גאנצע מעשה. די פייל ניצט די פאנט David מיט נקודות, אבער ס'נישט נאר די נקודות וואס ער פארפאטשקעט.
כ'האב פרובירט מיט 995 מיט cute סתם מיט adobe זה בכה וזה בכה אלע מאכן א מישמאש.
העלפט!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:01 am
דורך ענדע צדיק!
אויב איז עס אידיש, קוק איבער צו די טעקסט דירעקשאן איז פון רייט טא לעפט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:48 am
דורך יש דברים בגו
ענדע צדיק! האט געשריבן:אויב איז עס אידיש, קוק איבער צו די טעקסט דירעקשאן איז פון רייט טא לעפט

קוקן ווי?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:57 am
דורך קנאפער ידען
יש דברים בגו האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אויב איז עס אידיש, קוק איבער צו די טעקסט דירעקשאן איז פון רייט טא לעפט

קוקן ווי?

אויב עס איז אידיש סעלעקט אלע טעקסט [ctrl+A] און קוק אויבן צו עס איז בלוי ביי דער פלאץ וואו עס איז אנגעצייכענט מיט אן עראו אינעם סקרינשאט וואס איך לייג דא, און נישט דריק עס און טריי נאכאמאל.

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 8:21 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין אין א שווערע פלאנטע.
איך דארף יעצט ממש געבען א ספר צום דרוק און איך נוץ ווארד 2016. ווען איך מאך א pdf דערפון, ווערען די צייכענ'ס צו די הערות שוליים צומישט. פון אויבען שפרינגט ער לינקס, פון אונטען ווערט עס אויסגעמישט מיט די טעקסט. בקיצור, א פלאנטע און איך האב א דעדליין פון נעכטן.
ווער קען מיר ארטיסהעלפען?
ביטע, אין נא אלא לשון בקשה.

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 8:27 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב פראבירט print און save ask. איך מוז נוצען א נייע וואורד, ווייל די אלטע לאזען נישט מאכען איין קאלומ"נ הערות מיט צוויי קאלומנ"ס טעקסט.

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 8:33 am
דורך חכם ממה נשתנה
עס האט אפשר טרעק טשענזעס?

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 8:37 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ניין, נישט וואס איך ווייס. איך האלט אין איין מאכען טשענדזשע"ס און דער רויטע פאדעם באווייזט זיך נישט.

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 8:44 am
דורך חכם ממה נשתנה
איך פארשטיי נישט פונקטליך, פראביר צו ניצן דאס

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 9:04 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ויברח מן הדוב ויפגע בארי. דער לינק וואס דו האסט מיר געגעבען קען נישט מיין פאנט"ס.
איך האב אויסגעמעקט וואורד 2016 און פראבירט אריינצולייגען וואורד 2013 און ס'ארבעט נישט. יעצט דארף איך צוריק לייגען וואורד 2013 און איך האב נישט קיין צייט. :evil:

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 6:41 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב צום סוף מצליח געווען אריינצושטעלען וואורד 2013 און ס'האט גע'ארבעט. זעט זיך אויס אז ס'איז א באג אין וואורד. אבער הארט פאר'ן אריבער געבען דער ספר צום דרוקער, האט מיר מיין קאסטומער געשיקט א טעקסט אז ער דארף עס למעשה נישט.
די גאנצע קאפוויי פאר גארנישט. :evil:

ווערטער פארשווינדן

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2017 1:17 pm
דורך גארגארפיק
איך האב עס לעצטנס מער און מער אפט, ווען איך סעיוו א ווארד פייל צו א PDF ווערן די ווערטער פארשווינדן, איך האב עס געטון מיט א צווייטער קאמ, און עס איז יא געגאנגען עני העלפ?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2017 1:51 pm
דורך רויט
גארגארפיק האט געשריבן:איך האב עס לעצטנס מער און מער אפט, ווען איך סעיוו א ווארד פייל צו א PDF ווערן די ווערטער פארשווינדן, איך האב עס געטון מיט א צווייטער קאמ, און עס איז יא געגאנגען עני העלפ?


אסאך מאל איז עס ווייל די פאנטס איז נישט אוועליבעל געהעריג אויף דיין קאמפיוטער.
דאס זעלבע קען אויך געשעהן אז אנשטאט אלף בית וועט ארויפקומען רוסישע אויתיות וכו'.

געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2018 1:14 pm
דורך משה כהן
ווען איך קאננווערט א word פייל צו PDF פליען די אותיות (נאמבערינג) פון די פאוט נאטיצן אין די לופטן (נישט די עצם פאוט נאוט)... צעזייט און צעשפרייט....
איינער ווייסט מער פרטים?

געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2018 1:20 pm
דורך קנאפער ידען
משה כהן האט געשריבן:ווען איך קאננווערט א word פייל צו PDF פליען די אותיות (נאמבערינג) פון די פאוט נאטיצן אין די לופטן (נישט די עצם פאוט נאוט)... צעזייט און צעשפרייט....
איינער ווייסט מער פרטים?

דו האסט דאך בכלל אן אישו מיט דיינע פוטנאוט נומערן, סאו איך וואלט געזאגט אז עס איז פארבינדן.

לאזט זיך נישט פרינטן/ווערן א PDF

געשריבן: מאנטאג פעברואר 07, 2022 2:13 pm
דורך דרייטצעך
אפגרעידעד לעצטנס מיין קאפיוטער צו אפיס 2016
מיין פראבלעם איז מיט געוויסע ווארד פיילס וואס זענען געווארן געאפדעיט
לאזן זיך נישט פרינטן און נישט ווערן א PDF - זע עראר מעסעדזש אטעטשט
די איינציגסטע מהלך וואס האט דערווייל געארבעט איז צו מאכן save as ווארד 97-2003 וואס כ'וויל נישט נוצן ווייל עס פארדרייט די טעקסט באקסעס
האט איינער א מהלך דערויף?
מיין IT חברה'מאן האט נישט געהאט קיין עצה דערפאר, אבער דא אויף אייוועלט איז דא גרעסערע מומחים...
(אינטערסאנט איז אז אין מיין צווייטע קאמפיוטער ווען כ'האב אריבערגעקאפיעט די פיילס האט אלעס געארבעט געהעריג סיי פרינטן און סיי מאכן אלס PDF)

Re: לאזט זיך נישט פרינטן/ווערן א PDF

געשריבן: מאנטאג פעברואר 07, 2022 2:18 pm
דורך א הייסע קאווע
פינג הרב קנאפער ידען

Re: לאזט זיך נישט פרינטן/ווערן א PDF

געשריבן: מאנטאג פעברואר 07, 2022 2:19 pm
דורך דרייטצעך
ביז א טאג צוויי קומט דער שר החסד אליינס אן, נישט גענוג וויכטיג אויפן ממינוט אים צו ציטירן אז ער זאל דארפן אנצינדן וויכיס לעמפלעך אהערצוקומען

לאזט זיך נישט פרינטן/ווערן א PDF

געשריבן: מאנטאג פעברואר 07, 2022 2:30 pm
דורך נישט פשוט
1 וואס געשענט ווען די מאכסט קאפי פעיסט צו א נייע פייל , קענסטו פרינטן פון די נייע?
2 קענסט פרינטען צו מייקראספט פרינטער?
3 אדאבי פרינטער?

4וואס האט דיין אייטי פראבירט?
ביטע ענעפער אלע נומערן

Re: לאזט זיך נישט פרינטן/ווערן א PDF

געשריבן: מאנטאג פעברואר 07, 2022 2:43 pm
דורך אייגנארטיג
דיין פייל האט מן הסתם נאך נישט קיין נאמען, סעיוו די ווארד פייל אלץ א ענגלישע פייל נאמען אן קיין שטרעכעלעך וכדומה און פראביר נאכאמאל

אדער ניץ דאס:
PRIMOPDF
דאס ארבעט ווי א פרינטער

Re: לאזט זיך נישט פרינטן/ווערן א PDF

געשריבן: מאנטאג פעברואר 07, 2022 2:56 pm
דורך דרייטצעך
נישט פשוט האט געשריבן:1 וואס געשענט ווען די מאכסט קאפי פעיסט צו א נייע פייל , קענסטו פרינטן פון די נייע?
2 קענסט פרינטען צו מייקראספט פרינטער?
3 אדאבי פרינטער?

4וואס האט דיין אייטי פראבירט?
ביטע ענעפער אלע נומערן

1 - ניין (איינמאל געהאט אז יא)
2 - ניין
3 - ניין
4 - ווייסעך נישט (קיינמאן קיין IT נישט געווען)

Re: לאזט זיך נישט פרינטן/ווערן א PDF

געשריבן: מאנטאג פעברואר 07, 2022 2:57 pm
דורך דרייטצעך
אייגנארטיג האט געשריבן:דיין פייל האט מן הסתם נאך נישט קיין נאמען, סעיוו די ווארד פייל אלץ א ענגלישע פייל נאמען אן קיין שטרעכעלעך וכדומה און פראביר נאכאמאל

אדער ניץ דאס:
PRIMOPDF
דאס ארבעט ווי א פרינטער


האט געהעריג א נאמען

וועלמיר פרובירן - כ'וויל אבער א בעסערע לעזונג...