נ'יאפטשיק האט געשריבן:נארמאליזעם האט געשריבן:נ'יאפטשיק האט געשריבן:איך האב א עקסעל וואס איך וויל עס פרינטען אויף א PAGE פון 80 סטיקערס, וויאזוי מאכט מען דאס
איך גלייב אז סאיז א סימפל זאך באט איך ווייס נישט וויאזוי
וואסערע קאמפעני סטיקערס?
די פעקל
פון עמעזאן
אקעי סטעפ ביי סטעפ:
קודם מאך זיכער אין די עקסעל אז די אינפארמאציע וואס דו ווילסט ארויפלייגן אויף די סטיקערס איז אין א table.
יעצט:
אין א נייע ליידיגע ווארד פייל גיי צו Mailings טעב.
Start mail merge > Labels
אין די באקסל וואס קומט ארויף, וועל אויס די קאמפעני לעיבלס און אויך די ספעציפישע שיעט.
(נישט אלע איז דא, אסאך אףף ברענדס זענען נישט דא, געווענליך קען מען נוצן Avery US letter פאר די קאמפעני, 80 פער שיט קאוד איז 8167 Address labels).
סטעפ 2:
Select recipients > Use an existing list
טרעף דיין פייל און וועל אויס די שיעט אין וואס די אינפארמאציע ליגט.
סטעפ 3:
קליק אין די באקסל וואס איז געבליבן ליידיג (געווענליך לינקס אויבן) און דאן נוץ insert merge field אריינצוברענגען וועלכע קאלום דו ווילסט, נוץ עס וויפיל מאל ס'פעלט זיך אויס.
סטעפ 4:
זיי מסדר די פאנט, גרויס, רעכטס לינקס אינמיטן וכו' און "נאכדעם" דרוק update labels
(קענסט נוצן preview results צו זען וויאזוי ס'קוקט אויס אן די קאודס).
סטעפ 5:
Finish & merge > edit individual documents
> הרי שלך לפניך!