בלאט 1 פון 1

וויסטא באנוצערס - Vista Users אלע פארבלעמען

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2009 5:30 pm
דורך הויכער
עס וואלט סתם גוט געווען צו האבן אן אשכול בכלל וועגן ווינדאוס וויסטא windows vista מיט אירע פראבלעמען און דא וויל איך אויסרעדן איין פראבלעם וואס איך אלץ גרעפיק דיזיינער לייד שטארק דערפון וואס דאס איז די WMF פיילס קען איך נישט זעהן בעפאר איך עפען דאס אויף אלף א tumbnail
אויף windows XP קען מען דאס זעהן וואס עס ליגט אינעווייניג ווען עס איז אנגעשטעלט אויף טאמבנעיל אבער און vista קען מען נישט אבער א jpeg פייל קען איך יא זעהן
איז אויב האסטו אן אופן דאס צו פאררעכטן לאז זיך הערן, אדער אפילו די האסט אויך די פראבלעם לאז וויסן אז די ביסט אן אח לצרה!
איך ווארט אויף הילף!!

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2009 7:00 pm
דורך מחזור
איך האב אויך געהאט פראבלעמען מיט וויסטע
די פראגראם "תג" ארבעט נישט אין וויסטא ס'האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילינו.........נישט דער "מייסטער יהיה כן" זאל זיין געזונט האט געקענט העלפן אמת ער האט אסאך געטרייט (ישר כח) האב איך זיך געוואנדן צו הרב דניאל ווייסמאן שליט"א מחבר פון תג אין ער זאגט אז היות די וויסטא איז נישט קיין גיטע ווערזשאן ממילא לייגט ער נישט אריין קיין ארבעט אין וויסטא ער ווארט אויף ווינדאוס 7.....(גאנץ א שיינע ב....תירוץ).

כ'האב נישט געהאט קיין ברירה אין אינסטאלט א virtual mashine ............אין ב"ה ס'ארבעט פיין.......

המשך יבוא

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2009 8:22 pm
דורך הויכער
מחזור האט געשריבן:כ'האב נישט געהאט קיין ברירה אין אינסטאלט א virtual mashine ............אין ב"ה ס'ארבעט פיין.......


וואס מיינט א vitual machine ביטע זיי מסביר
און די האסט אויך געהאט די פראבלעם פון WMF אדער עס איז פשוט נישט גוט אנגעשטעלט מיין מאשין

גראדע הייסט עס יעצט אז WINDOWS 7 גייט שוין ארויסקומען און NOVEMBER

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2009 8:46 pm
דורך מחזור
איך זעה, אז איך קען אויך נישט זעהן די פריוויא פון WMF, כ'האב געטרייט דורך אדאובי ברידש (דארט קען מען געווענדליך זעהן פריוויא'ס אפילו פון אלטע ווערזשאנ'ס) אין ס'גייט נישט.
אבער אין קארעל ווען מ'מאכט אימפארט קען יא זעהן די פריוויא

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2009 8:51 pm
דורך מחזור
איך מיין אז די אשכול זאל זיין געווידמעט פאר די פראבלעמען פון וויסטא
די קעפל זאל זיין בערך אזוי

וויסטא באנוצערס - Vista Users פארבלעמען

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2009 8:52 pm
דורך הויכער
אמאל פלעג איך נישט קענען זעהן אפילו PDF אין VISTA און דעמאלטס פלעג איך עס זעהן דורך אדאבי ברידזש, =אבער היינט געלויבט גאט קען איך שוין זעהן PDF אבער WMF....

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2009 8:54 pm
דורך הויכער
ייש"כ מחזור איך האב שוין געטוישט די קעפל

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2009 8:55 pm
דורך מחזור
וואס האסטו געדארפט טוהן עס צו קענען זעהן

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2009 8:57 pm
דורך הויכער
פון וואס רעדסטו PDF? איך ווייס אויך נישט איט העפענט סאדענלי! קען זיין אן אפדעיט האט געהאלפן

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2009 9:06 pm
דורך מחזור
וואס מיינט א vitual machine ביטע זיי מסביר

ד.מ. אז ס'איז אזוי נאך א קאמפיוטער אין דיין יעצטיגע, למשל איך ארבעט אויף וויסטא נאר די פראגרעם תג ארבעט נישט דארט, האב איך אינסטאלירט א vitual machine אין דערנאך אינסטאלט דארט אויפן vitual machine ווינדאוס XP (ס'ארבעט אזוי נאך א ווינדאו אויפן סקרין) מיט פאנט'ס ועוד ועוד וואס מ'דארף..........
איז אזוי, מ'דארף וויסן וואס צו דאונלאודן וואספארא מין אז עס זאל ארבעטן.....למעשה האב איך געדאנלאוד עטליכע אין ס'איז נישט געגאנגען (איך האב געשריבן אין א אנדערע אשכול וועגן א געוויסע פראבלעם)........
ביז א קאמפיוטער מענטש האט מיר מסדר געווען וואס איך זאל קויפן
דער קאמפיוטער מאן האט געבעטן $85 די vitual machine האט געקאסט $205
קען זיין מ'קען טרעפן בחנם אבער..........בחנם האט מען כינים
מיין עצה איז אז מ'זאל אינגאנצן נישט קויפן וויסטא, אדער אויב איינער איז בטעות אריינגעפאלן זאל ער עס אויסמקען, אין אינסטאלן XP

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2009 10:24 pm
דורך הויכער
למעשה איז וויסטא יא גאנץ גוט אויף עס ארבעט סאך שנעלער און בעסער
און CS4 קען מען נישט געהעריג אינסטאלן אויך XP (עכ"פ לדעתי)

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2009 11:19 pm
דורך ווער בין איך?
איך האב סי עס פאר אויף עקס פי און עס ארבעט א מחי'

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 3:00 am
דורך reb yid
ווער בין איך? האט געשריבן:איך האב סי עס פאר אויף עקס פי און עס ארבעט א מחי'


גם אני...

נאו פראבלעם עט אלל!

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 3:17 am
דורך ווארום
דער אשכול באלאנגט אין קאמפיוטער און פרארגעמינג

מנהלים ביטע מופן דעם אשכול.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 10:51 am
דורך bobke
I'm using vista with no problem i just needed to add some memory 

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 3:00 pm
דורך הויכער
איך מיין אז די אשכול באלאנגט יא דא ווייל עס איז פאר באנוצערס פון וויסטא פאר גרעפיקער (העווי יוזערס)

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2009 9:57 am
דורך שוועמל
ווינדאס 7, די נייערע ווערסיע פון וויסטע איז שוין אינדרויסן!

לויפט און קויפט

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 21, 2009 10:01 am
דורך הויכער
לוינט עס בכלל! אדער איז עס א דורכפאל ווי וויסטא?
אפדעיט אונז

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 10:25 am
דורך האניג
יעדער, און איך מיין, יעדער, וואס האט אויסגעפרובט ביז יעצט דעם נייעם ווינדאס 7 בעטא, האט נישט כמעט קיין איין שלעכט ווארט דערגעגן! (ס'איז א חידוש פון מייקראסאפט...) איך אליין האב איך נישט געטעסט דעם נייעם ווערסיע, אבער לאמיר האפן אז ס'איז טאקע אזוי געלונגען ווי וויסטע. אקעי דזשאסט קידינג, חלילה ס'זאל אויסזען ווי וויסטע.

אגב, איז נישטא קיין שום באזונדערע אשכול וואס טוט אדורך זיבן?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 10:27 am
דורך ביזנעסמאן
האניג האט געשריבן:אגב, איז נישטא קיין שום באזונדערע אשכול וואס טוט אדורך זיבן?


http://www.ivelt.com/forum/index ... c&start=20

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 10:41 am
דורך האניג
שכוח!

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 01, 2009 7:51 pm
דורך קאניאק
need help to download search and destroy on windows vista my computer keeps on loging out