בלאט 1 פון 1

פראגרעם צו טעגן פיילס

געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2009 4:55 pm
דורך טייפיסט
איך זוך א פראגרעם, וואס זאל קענען טעגען פיילס, דהיינו, איך האב פיילס און איך וויל עס קאטאגאריזירן אין פארשידענע קאטאגאריעס. אין איין ווארט איך וויל קאטאלאגירן מיינע פיילס.
למשל, אויף הצופר קען מען קליקן אויף א טעג, און עס ברענגט ארויס אלע ווידיאוס וועס זענען אונטער יענע טעג, אבער א ווידיאו קען האבן מער ווי איין טעג, כמובן.
אזא פראגרעם זוך איך צו קענען נוצן אויף מיין קאמפיוטער.
איך האב געזוכט און גענישטערט, און איך האב געטראפן,
איין פראגרעם הייסט
TaggTool די חסרון מיט דיזע פראגרעם איז, אז מען קען נישט לעיבלען די פייל מיט אידישע אותיות, און איך דארף דייקא אזאנס.
האב איך געטראפן נאך א פראגרעם מיט די הילף פון אונזער חבר סערגעי, מיטן נאמען
TaggedFrog, וואס האט געלעזט מיין פראבלעם מיט אידישע אותיות, ווי אויך איז עס אסאך א גרינגערע און שענערע פראגרעם, אבער הופס, א פראבלעם, ווען איך רוק א פייל פון איין פאלדער צום צווייטן, פארלירט ער חשבון, ער האט א קאפ ווי א פראש, און ער וויל נישט געדענקן ווי איך האב געריקט די פייל, און ער פארגעסט אלע טעגס וואס איך האב ארויפגעלייגט.

אלזא איך זוך א פראגרעם וואס קען מיר העלפן מיט ביידע ענינים, סיי צו קענען טייפן אידיש און סיי אז ווען די לאקאציע פון די פייל טוישט זיך, גייען די טעגס מיט.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2009 4:57 pm
דורך שמערי בערי
ייש"כ פארן מאכן אזא אשכול, ווייל איך נויטיג זיך אויך דערין, און מיר וועלן אויך נהנה זיין

געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2009 5:20 pm
דורך thefact
מיט עקסעס קעמען מאכן אזא פראגרעם

געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2009 5:40 pm
דורך טייפיסט
thefact האט געשריבן:מיט עקסעס קעמען מאכן אזא פראגרעם


ווייסן מיר דען נישט אז עס איז שייך צו האבן אזא פראגרעם???
איז דאס דען אזא קלייניקייט וואס מיר קליינע חברה קענען דאס ארלעדיגן, ר' משה אהרן נישט יעדער קען זיך אזוי אויס בשבילי דעקסעס ווי מעכ"ת
אני הקטן, און איך זעה אז שמערי בערי איז זיך מצטרף צו מיין בקשה, ווילן האבן א פיקס פארטיגע פראגרעם, וואס זאל דאס טון.
ווייסט איינער פון אזא פראגרעם???

געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2009 7:18 pm
דורך ווער בין איך?
איז נישט אדאבי ברידזש געמאכט פאר דעם?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2009 7:35 pm
דורך פאטאקי08
טייפיסט האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:מיט עקסעס קעמען מאכן אזא פראגרעם


ווייסן מיר דען נישט אז עס איז שייך צו האבן אזא פראגרעם???
איז דאס דען אזא קלייניקייט וואס מיר קליינע חברה קענען דאס ארלעדיגן,


סאיז באמת א קלייניקייט העכעסטענס נעם א לעסן פון א שעה צוויי דריי און די האסט דעם פראגרעם

געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2009 10:10 pm
דורך והוא פלאי
דער כח פון עקסעל איז געוואלדיג, אבער... צו לינקען פיילס צו א דעטא בעיס קען מען נישט נאך איין צו אפילו נאך צוויי לעסאנ'ס. און נעמט אין חשבון אז אויב האנדעלט מען פון ארכיווען וואס די בעלי ארכיווען זענען 21+ און לערנען זיך נישט אזוי לייכט, איז א פערטיגע זאך כדוגמת די פראגראמען וואס טייפיסט האט דערמאנט ווי געוואונטשען. פארשטייט זיך בלי החסרונות המפורטים במכתבו
ולכן גם אני הצעיר מצטרף לבקשתו, שאם יש מן המוכן, מוכן אני להשתמש בזה.
למה זה תשאל לשמי...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 12:36 pm
דורך טייפיסט
ווער בין איך? האט געשריבן:איז נישט אדאבי ברידזש געמאכט פאר דעם?


אפשר זענט איר מרחיב הדיבור איבער אדאבי ברידזש, מה זה, וואס איז די פראגרעם געמאכט פאר, ווי קען מען עס באקומען, וכו' וכו'

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 12:41 pm
דורך ליפא
איך האב פאר דעם צוועק אינסטאלירט ביי מיר Google Desktop

נאך א טאג צוויי האט ער געדענקט יעדע איינציגסטע אות אין מיין קאמפיוטער, יעדע אות אין יעדע פייל

ווען-עווער איך זוך היינט א פייל טרעפט ער עס מיר אין 0.01 סעקונדעס - פארשטייט זיך אז איך מוז געדענקן מינימום איין ווארט אין די פיילת קענסט סארטירן דיין זוכעניש "ביי פייל" א.א.וו.

למשל אויף וואס זאלסטו וועלן האבן אלעס געטעגגט, און GoogleDesktop וועט נישט זיין דיין Solution ?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 12:56 pm
דורך ווארום
ליפא, ווינדאוס האט א אייגענע "ווינדאוס דעסקטאפ" אבער איך גלייך מער גוגל דעסקטאפ! ממש א מחיה!

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 2:14 pm
דורך והוא פלאי
דער פראבלעם מיט דעם פאר מיר עכ"פ, ווייל ער ברענגט מיר ארויף צופיל זאכן, אדער ווערט דער נאמען פון די תוכן פון די זאך בכלל נישט דערמאנט אין דעם דאקומענט