פארן זיך אינגאנצן מייאש זיין און זאגן ה' נתן ה' לקח, אויף איבער 3000 פיילס פון מיין פריוואטע ביזנעס רעקארד'ס פון די לעצטע דריי יאר, האב מחליט געווען אז ניין! יאוש איז ניט פארהאנדן און איך וועל אנפרעגן דעם ציבור אולי וועט איינער מיר דא ארויסהעלפן מיט אנווייזונגען.
די מעשה איז אזוי:
מיר רעדן פון די קאמפיוטער וואס לויפט אויף וויסטע, און נעכטן משום איזה סיבה האב איך געדארפט געבן עקסעס צו מיינע פיילס צו א אנדערע יוזער וואס ניצט רעגלמעסיג די זעלבע קאמפיוטער, און דער אפיציעלע מהלך דאס צו טוהן, אן דארפן געבן מיין פעסווארד איז, אז מען שטעלט עס אריין אין די פאבליק פאלדער (נוסח עקס פי - שערד פאלדער), און יענער האט איבערגעקוקן און מסדר געווען וואס ער האט געדארפט, און איך האב עס געוואלט ארויסנעמען פון די מקום שהרבים שולטין בה און עס צוריק לייגן און מיינע פריוואטע ארכיוון, אבער דא איז עס געשעהן...
אנשטאט עס אריבער צו שלעפן האב איך -גיי ווייס פארוואס- געדריקט ד-י-ל-י-ט אאוויייטש....
און געווענדליך ווען מען דריקט דיליט איז נישט אויס וועלט, מען גייט צו ריסייקלינג און מען שטעלט עס צוריק אויפן מקום המיוחד לו, אבער דא איז מיין פראבלעם באשטעטיגט געווארן אז קיין איין סוער דעפארטמענט ווייסט נישט צו זאגן פון די פאלדער וואס אנהאלט די אינפארמאציע, נישט אין מיין יוזער ריסייקל בין און נישט און די אנדערע באמבע בין'ס.
ולכן בין איך יעצט אויס קאקעראטש מאכער און איך מוז האבן די פייל עי עס עי פי, און ואיננו כי לקח אותו ....
ווי עס ערווארט אויף א זריזותדיגע רעספאנד, צו ראטעווען מיין רעפעטוציע ודי
צוריקברענגן אויסגעמעקטע פיילס פון די פאבליק פאלדער
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
צוריקברענגן אויסגעמעקטע פיילס פון די פאבליק פאלדער
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום מיטוואך יולי 08, 2009 8:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אקעי, זיידעניו, הער איז מיי עקספיריענס..
פיילס וואס ווערן געמעקט פון פאבליק פאלדער, שפרינגען אריין אין 'ריסייקעל בין' פונעם אדמיניסטראטארישן אויפזעער פונעם קאמפיוטער..
יעצט, אדער האסטו עס נישט געהעריג נאכגעזוכט אינעם ריכטיגן 'באמבע בין' ווי דו רופסט עס, אדער האסטו עס געמעקט מיט שיפט+דעליט וואס דעמאלט קענסטו פארגעסן נאך אמאל צו זעהן דעם פייל..
סוי, קוק נאכאמאל איבער אין ריסייקעל בין פאר די ספעציפישע פארלוירנגעגאנגענע סחורה, אדער דערמאן זיך וויזוי דו האסט אים געמעקט..
קום צוריק מיט דיינע אפדעיטס, אז אידישע קינדער זאלן דיר קענען ארויסהעלפן

- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
לאז געמאכט, ברענגסט אין מיר אריין בענקעניש געפילן צו צענדליגע פיילס וועלכע איך האב פארלוירן די לעצטערע יארן דורך שיפט\דעליט, און נאכן פארלייגן וועלטן און איינצאלן פאר ריזיגע פראגראמירער זעמיר געבליבן ביי די מסקנא אז מען קען דאס נישט אויפברענגן...
איז אפשר לערנסטו אויס וויזוי דאס צו טוהן..??
איי וויל פרישיעט יו
איז אפשר לערנסטו אויס וויזוי דאס צו טוהן..??
איי וויל פרישיעט יו
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
צוריק ברענגן פייל'ס נאכן דיליטן איז נישט גארענטירט ווייל עס קען ווערן איבערגעשריבן דורך אנדערע זאכן, אבער פרובירן קען מען, דערצו נאך ווען די דיליט איז ממש יעצט געווען, איך האב צוריק באקומען בחסדי ד' עלי אלע מיינע ארכיוו'ן פון א געפארמעטע (!) דזאמפ דרייוו.
איך האב גענוצט א פרייע יאטילעטי וואס איינער דאהי האט מיר רעקאמענדירט.
לאמיך אויפזוכן יענע אשכול איימעניוט
איך האב גענוצט א פרייע יאטילעטי וואס איינער דאהי האט מיר רעקאמענדירט.
לאמיך אויפזוכן יענע אשכול איימעניוט
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm