בלאט 2 פון 4

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 10:35 am
דורך סאכדעס
פאטאקי, עקזעקטיוו קאמפיוטערס פון מאנרא.

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 4:01 pm
דורך יאנאש
אונגי, ווערי נייס סטארי, ווערי נייס טאלד.

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 7:49 pm
דורך פאטאקי08
שכח סאכדעס פאר די ענטפער

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 9:08 am
דורך הערשי קניהויז
מיר האט ער עס אויך געזאגט.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 12:18 pm
דורך Yes_or_no
איך דארף וויכטיג די קיגען פאר NORTON 360 V 3.5.2.11 אויב איינער האט עס איז מכובד!

lucky leap ווירוס מהו?

געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2013 9:53 pm
דורך קנאפער ידען
האמיר היינט געמאכט - נאך א שטיק נישט מאכן - א באאט טיים סקען מיטן פרי ווערסיע פון avast אנטיוויירוס פראגראם, און ער האט געפונען עטליכע פראבלעמען, ובתוכם עפעס וואס האט געהייסן "lucky leap", ס'האט אבער נישט געצויגן צופיל אויפמערקזאמקייט און כ'האב עס דן געווען למיתה צוזאמען מיט אלע אנדערע געפונענע פראבלעם.
שפעטער אין טאג האב איך געמאכט א פולע סקען מיט malwarebytes אנטימאלווער, און ער האט געטראפן שמערשווייניגער פ-ו-פ-צ-י-ג פראבלעמען, וואס רוב רובם האבן עפעס שייכות געהאט מיט דעם אויבענדערמאנטן מלאך חבלה הנקרא לאקי-ליעפ. שטייצעך איך האב אויכעט אלעס קוואראנטירט און פארמעקט.
וויל'ך אבער וויסן צו איינער ווייסט וואס אט דער אנשיקעניש איז? און צו איך ברויך נאך עפעס טאן אדער גענוג געווען מיט די רוימעריי פון די צוויי פראגראמען?

געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2013 10:28 pm
דורך למעלה משבעים
דאס איז א עדד-ווער, דאס קען מען באקומען פון געוויסע אומזונסטע פראגרעם'ס אפי' וואס קומט פון cnet. צו אנאינסטאלן דארפסטו קודם עס פשוט אנאינסטאלן פון פראגרעם'ס און פיטשער'ס, און נאכדעם עקסטער ארויס נעמען פון יעדע בראוזער.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:08 pm
דורך משנה מקום
איך טראכט א עיצה פאר איינער וואס האט נישט קיין ברירה און מוז האבען איינגעשטעקט די בעקאפ און פארשטייט זיך איך קען נישט נעמען אחריות אז סוועט העלפען איז מאכען א יוזער אקאונט מיט א גוטע פעסווארד (איך וואלט עס אפילו באהאלטען אז סזאל נישט שטערען ווען מען לאגט אריין אין קומפיוטער) און קיינער זאל קיינמאל קיינמאל נישט נוצען די יוזער אקאונט נאר די בעקאופ פראגרעם און אויף די בעקאפ לאקעשען זאל נאר דעי יוזער האבען רייט עקסעס חוץ דעם קיינער נישט און מען זאל האלטען אפאר פול בעקאפס פין אנדערע טעג

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 8:44 pm
דורך משנה מקום
איך האב מיך געווינדערד פארוואס זיי בעטען אזוי ווייניג געלט למעשה כמעט אלע מענטשען וואס מוזען וועלען צאלען מער אויך יעצט ליין איך אז זיי זענען ארויף צי צען ביט קאוינס וואס קומט אויס
וואס יעצט איז בערך 2400$

AVAST POP UP גייט אויף די נערווען

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:00 pm
דורך עקבי הצאן
אויף די רעקאמענדאציע פון אונזער חשובען עסקן לש"ש האמיר אינסטאלירט AVAST און ס'האט אנגעהויבן יעדן טאג ארויפקומען א פאפאפ און ער צושרייט זיך נאך אזוי האסטיג וויאזוי קען מען דאס אויסלעשן?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 9:19 am
דורך עקבי הצאן
יישר כחכם הרב, ותזכו למצוות

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:19 pm
דורך זייער נייגעריג
רבותי בדוק ומנוסה!
העמיר באלד אפשרייבן מיין עקספיריענס.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:56 pm
דורך שנאפס
מיר ווארטן

און ביטע אויב מעגליך אויב דו ווייסט וועלכע וועבסייט ער האט באזוכט בעפאר

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:21 pm
דורך משנה מקום
:lol: זעהט זיך אויס אז זיין פייל ווי ער האט אראפגעשריבען די מעשה איז געווארען ענקריפטעד

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 3:24 pm
דורך זייער נייגעריג
סארי יעצט ביים צולייגן האב איך מיר דערמאנט אז איך בין שולדיג.
לאמיר קודם גיין צום יעצטיגן פאל.
היכי תמצא די בראוזער עפענט זיך ביי א צווייטע האום פעידזש (א עדווער סטייל), כ'האב שוין געקלינט מיט יעדע אנטי וויירוס, אנטי מאלווער, און די קאמפיוטער איז שוין קלין, די האום פעידזש איז אנגעשטעלט פאר גוגל אבער ביים עפענען גייט ער צו א אנדערע.
(כ'האב עס פיינעלי געטראפן, לאמיר נאר זעהן אויב איינער קען עס כאפן )

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 3:38 pm
דורך קנאפער ידען
איך האב אויכעט אמאל געהאט אזא זאך, צום סוף האב איך געדארפט מעניולי אנאינסטאלן עפעס א פראגראם און ס'האט זיך אויפגעהערט, כ'געדענק נישט יעצט וויאזוי ס'האט געהייסן.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:05 pm
דורך זייער נייגעריג
אלע בראוזערס.

שוין אנאיסטאלד וואס ספעלט אויס.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 4:22 pm
דורך זייער נייגעריג
יעפ!

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 6:43 pm
דורך למעלה משבעים
חחח, וואספארא איינפאל.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 7:04 pm
דורך גוגל
איך פארשטיי נישטת זיי מסביר

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 7:20 pm
דורך למעלה משבעים
אויף דיין דעסקטאפ האסטו א שורטקוט צו דיין בראוזער, רייט קליק דערויף, גיי צו פראפערטיס, ביי טארגעט נאך די ליין פון די פראגרעם נאך די צווייטן אויבערשטרעכל מאך א ספעיס און לייג אריין אזוי http://www.ivelt.com, דריק עפליי, יעצט צינד אן דיין בראוזער וועסטו זען עס עפנט זיך אויף גלייך צו אייוועלט.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 9:37 am
דורך קנאפער ידען
איך האב געמאכט א פולער סקען מיט מאלווערבייטס, און ער האט געפינען דריי פראבלעמען, און איך האב זיי פארשטייט זיך רימאווד. אבער אזויווי די אלע דריי זענען פון דער זעלבער זאך און עס איז געליגן אין אפליקעישאן דעטא, וויל איך וויסן אויב זיי רימאווען איז גענוג, אדער מ'ברויך טרעפן דער מקור וואס גיבט זיי ארויס?
malwarebytes Results.JPG

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 10:06 am
דורך נאר נייעס
גענוג אז די רימאווסט עס
די שאלה איז נאר אויב עפעס אנדערשט איז די פראבלעם

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 10:08 am
דורך קנאפער ידען
וויאזוי קען מען דאס וויסן?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 10:16 am
דורך משנה מקום
מען קען דאס נישט ממש אנרופען א ווירוס דאס איז אן עדווערטייזינג פלעטפארם וואס קומט מיט מיט זייער אסאך כשרע פראגרעמס