וויאזוי צו מאכן א בעקאפ פונעם קאמפיוטער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

וויאזוי צו מאכן א בעקאפ פונעם קאמפיוטער

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מאי 12, 2009 5:26 am

איך וויל מאכן א בעקאפ פון מיין גאנצן קאמפיוטער מיט אלע אירע פיילס אויף איינמאל.
לפי ידיעתי איז דא עטליכע סארטן בעקאפס און פארשידענע פראגראמס דערפאר.
ס'יז דא א Boot image, אדער א רעקאווערי דיסק וכו'.

איך האב צוויי פארטישאנס NTFS , איינס איז 7 גב. די אריגינעלע קאפי פון אפערעיטינג סיסטעם. און דאס צווייטע איז 61 גב מיינע דעטא.
איך האב געקויפט א וועסטערן דיזשיטעל עקסטערנעל הארד דרייוו מיט 150 גב.

איך זע אין סיסטעם טולס > בעקאפ איז דא דארטן די אפציע צו מאכן א בעקאפ קאפי פונעם מאשין. בילל רופט עס א Windows Backup File.
איך האב אנגעהויבן לויפן א פולע קאפי פונעם גאנצן מאשין, נאך אביסל שטעלט ער זיך אפ, ער געט אזא פייף און שרייבט זיך אויף אז אזא סארט בעקאפ פייל קען נישט זיין גרעסער ווי 4 גב אויף א FAT32 סיסטעם, דאס איז די עקסטערנל הארד דרייוו.

מיין שאלה איז צי ס'יז בכלל וויכטיג אזא סארט בעקאפ וויבאלד איך האב דאך שוין א פיזיקל דיסק מיט מיין אפערעטינג סיסטעם.

בעיקר וויל איך דאך בעקאפן מיינע צוגעלייגטע פראגרעמס און פיילס. טא וויאזוי איז די ריכטיגע וועג עס צו טון?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג מאי 12, 2009 5:56 am

א אלטע באג פון מייקראסאפט אז נאך 4 גיג שטעלט ער זיך אפ

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג מאי 12, 2009 3:32 pm

קענסט טוישן די הארד דרייוו פון פעט צוויי און דרייסיג צו נטפס

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מאי 12, 2009 8:17 pm

וויאזוי מאכט מען דאס?
אינטערעסאנט, ווען איך רייט קליק אויפן עקסטערנעל הארדרייו און דרוק פראפערטיס, זאגט ער מיר אז סיז FAT32
אבער ווען איך קליק אויף "פארמעט" זאגט ער מיר סיז NTFS........ קאנטראדיקציע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך מאי 13, 2009 9:49 am

מען קען נישט פארמעטן א הארד דרייוו דורך א רייט קליק, איך מיין אז מען דארף גיין צו דעווייס מענעדזשער און דורך דארט דיליטן די פארטישן און עס מאכן נטפס

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 13, 2009 11:44 am

אין דעווייס מענעזשער ??? דארט קען מען נישט דיליטן קיין פארטישאנס, בלויז הארדווער!

אפשר מיינסטו אין דיסק מענעזשמענט אדער דיסק דיפרעגמענטער
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
potato chips
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 25, 2009 2:20 am

תגובהדורך potato chips » דאנארשטאג מאי 14, 2009 2:26 am

עס איז דא א סייט Carbonite.com זיי מאכען גאט א גוטע דשאב. עס איז א אונליין בעק אופ . קוק זיך אום עס הייסט די בעסטע

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג מאי 14, 2009 9:30 am

ווער בין איך? האט געשריבן:מען קען נישט פארמעטן א הארד דרייוו דורך א רייט קליק, איך מיין אז מען דארף גיין צו דעווייס מענעדזשער און דורך דארט דיליטן די פארטישן און עס מאכן נטפס



גערעכט, נישט דעווייס מענעדשזער, איך געדענק אבער נישט אויפ'ן מינוט ווי יא, איים סארי

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 11:24 am

איך פארשטיי נישט צו די ביז איצטיגע מיליטערישע KJB קאודס . כ'וויל וויסן סטעפ ביי סטעפ.
איך האב אן ACER לעצטנס בין איך געווארן אנגעשראקן, אז ס'גייט איין שיינעם טאג, אזוי שפעט נאכמיטאג, "אהיים גיין" כ'האב הארד דרייווס לרחצה. וויזוי מאכט מען א בעקאפ אויף איינמאל, אין איין שאס, אויף אלע צוגעלייגטע פראגרעמס אין מיין קאמ. כדי אז ווען דער טאג וועט אנקומען, און מיין לעפטאפ. וועט ארויפגערופן ווערן צום בי"ד של מעלה. זאל איך נישט בלייבן מיט ליידיגע הענט...??

ווער קען מיר ביטע העלפן. כ'האב ווינדאוס 7. וועלכע קנעפלעך ברויך איך דרוקן . כדי צו אדורכפירן אזא אקט?
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 11:29 am


אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 11:35 am

פיין העלמער ברויכן מעיין זיין . יישר כח פאר די אנשטרענגונג. כ'האב געמיינט אז ס'איז שייך צו זאגן די אינסטרוקציעס קורצערהייט.. אין אידיש. עס איז דאך פארט מאמע לשון.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » זונטאג נובעמבער 04, 2012 2:59 pm

איז דא אן אופן צו מאכן דעם בעקאפ צו א אנ-ליין סטארעדזש וואס געפינט זיך אין מיין קאמפיוטער כגון דראפבאקס גוגל דרייוו סקיי דרייוו וכו' ?
בעצם ביי בעקאפ לאזט ער נישט גיין צו C: ער לאזט נאר אלע אנדערע וואס זענען צו געקימענע הארד דרייוו'ס.
איז דא עפעס א מהלך צו אויסשפיעלן די סיסטעם ?

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » זונטאג נובעמבער 04, 2012 3:18 pm

איך האב לעצטנס אנגעהויבן ניצן דופליקאטי פאר בעקאפס און איך האב זייער הנאה דערפון. בעיקר צוליב דעם וואס עס סופארט לאקד פיילס, און א ריזן אויסוואל פון אנליין סטארעדזש סייטס, ווי אויך טוט עס ארויפלאדענען נאר דעם דיפערענץ וואס האט זיך געטוישט אינעם פייל.

איך ניץ דאס בעיקר פאר עטליכע פאלדערס און פיילס מיט וויכטיגע אינפארמאציע, איך ווייס נישט ווי גוט ער איז צו בעקאפן גאנץ ווינדאוס. פאר דעם איז ווינדאוס בעקאפ (אין די נייערע ווינדאוס ווערסיעס) נישט שלעכט.

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » זונטאג נובעמבער 04, 2012 3:18 pm

שמן למאור האט געשריבן:איז דא אן אופן צו מאכן דעם בעקאפ צו א אנ-ליין סטארעדזש וואס געפינט זיך אין מיין קאמפיוטער כגון דראפבאקס גוגל דרייוו סקיי דרייוו וכו' ?
בעצם ביי בעקאפ לאזט ער נישט גיין צו C: ער לאזט נאר אלע אנדערע וואס זענען צו געקימענע הארד דרייוו'ס.
איז דא עפעס א מהלך צו אויסשפיעלן די סיסטעם ?

וועלכע בעקאפ פראגראם? וועלכע ווערסיע פון ווינדאוס? אויב ווילסטו בעקאפן גאנץ C איז פשוט אז עס קען נישט צוריק גיין צו C.

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » זונטאג נובעמבער 04, 2012 3:23 pm

קיין שום ספעציעלע בעקאפ פראגראם, די פשוטע וועג וואס ווינדאוס שטעלט צו

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » זונטאג נובעמבער 04, 2012 3:26 pm

ווינדאוס 7?

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » זונטאג נובעמבער 04, 2012 3:28 pm

יא

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » זונטאג נובעמבער 04, 2012 3:35 pm

ווינדאוס 7 וועט נאר מאכן א בעקאפ צו א צווייטן דרייוו. ס'איז נישט אזוי פשוט אויסצושפילן, אפשר דורך מאכן דעם בעקאפ צו א שערד פאלדער וואס ליגט אויף C וועט עס גיין. פרוביר.

אויב ווילסט סעיוון דעם בעקאפ אנליין פרוביר דעם פראגראם וואס כ'האב אויבן געשטעלט.

אוועטאר
נייגעריגע תלמיד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 2:39 pm
לאקאציע: אויפן וועלטל

תגובהדורך נייגעריגע תלמיד » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 7:13 pm

איך וויל מאכן א לאקאל בעקאפ
און איך זיך א סאפטוועיר וואס זאל מיך שיקן א טקסט אדער א אימעיל
און מיך זאגן צו די בעקאפ איז געוועין סעקסעספל
אויב איינער קען מיך ארויסהעלפן
צו זיין נייגעריג איז נישט קיין חכמה צו האבן ניצן פון נייגער דאס דארף מען קאנען

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 10:07 pm

כמעט אלע בעקאופ פראגרעמס האבען אזא אפשען
קאביען בעקאופ למשל
אדער קענסטו נוצן למשל איידרייוו פאר פרי פאר לאוקעל בעקאופ האט אויך אזא אפשען און גרינגער אויפצוסעטען
עס איז דא אזוי סאך אפשענס

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 10:13 pm

איז פארהאן א קאמפאני וועלכע שטעלט צו בעק-אפ אומזיסט?
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 10:23 pm

די רעדסט פון אנליין?

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 10:25 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:די רעדסט פון אנליין?

יא.
לכאורה די ערשטע אומזיסטע אפציע איז דורך הארדרייו. ריכטיג?
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
נייגעריגע תלמיד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 2:39 pm
לאקאציע: אויפן וועלטל

תגובהדורך נייגעריגע תלמיד » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 1:45 pm

ישר כח איך האב געטראפן א פראגרעם cloudberry backup די היים ווערזאן איז פריי
צו זיין נייגעריג איז נישט קיין חכמה צו האבן ניצן פון נייגער דאס דארף מען קאנען

אוועטאר
נייגעריגע תלמיד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 2:39 pm
לאקאציע: אויפן וועלטל

תגובהדורך נייגעריגע תלמיד » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 2:08 pm

איך זיך א בעטש פייל וואס זאל מאכן א סיסטעם ריסטאר
צו זיין נייגעריג איז נישט קיין חכמה צו האבן ניצן פון נייגער דאס דארף מען קאנען


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט