בלאט 1 פון 2

קאמפיוטער פריזט

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 31, 2009 8:31 pm
דורך KCSP
איך האב לעצטענס זייער אסאך אז די קאמפיוטער האלט זיך און איין אפשטעלן און רירט זיך נישט, עס לעשט זיך אפילו נישט אויס נאר איך דארף אנהאלטן דעם באטען א האלבע מיניט. אין אויך צינט זיך עס נישט אן. איך האלט עס און איין ריסטארדען, עני העלפ?????

געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2009 8:19 am
דורך thefact
מער פרטים ביטע וואס ווען ווי, מיר ווילן העלפען אבער דו פרעגסט זייער א אויבערפלעכליכע שאלה

געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2009 10:26 am
דורך קבל את האמת
עס איז דא אפאר עצות, וואס מענטשען האבען מיר געזאגט
און עס העלפט ב"ה בי צו די קרעטשמע(טעקנישען)

איינס) גיי צו סטארט, גיי צו ראן, טייפ אריין %temp% און מעק אויס די אלע פיילס.

צוויי) דריקטCTL&ALT&DELגיי צו פראסעס, און קיק אויב די זעסט דארט פראגרעמס, וואס די מיינסט אז עס דארף נישט צו ארבעטען, און דערווייל ארבעט עס, און עס שטייטערט אראפ און עס קען מאכען פריזען, סעלעקט עס, און דריק ענד פראסעס.

הצלחה

געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2009 5:15 am
דורך KCSP
ש'כח פארן פראבירן צו העלפן, אבער וויאזוי קען איך וויסען וואס איז וואס?? וואס קען איך פארמאכען און וואס נישט?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2009 11:14 am
דורך שוועמל
אה, צו וויסן וואס יא און ואס נישט ברויך מען זיין א שטיקעלע תלמיד חכם..
כ'אב פאר דיר א פשוטע עצה, לעש אויס אלע פראגראמס, אבער אלע, גארניש זאל נישט ראנען.
דאן עפן די טעסק מענעזשער און קוק ווער עס טוט יא ראנען אין די בעקגראונד און לעש אים אויס, נישט אלעס, באט זאכן וואס דו ווייסט אז ס'פעלט נישט אויס.

און אז דו ביסט שוין דארטן דאן קוק וויפיל די CPU איז ווען ער טוט גארנישט, אויב איז עס צו הויך קען זיין האסט א וויירוס.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2009 1:46 pm
דורך thefact
רוף א טעקנישן אדער א חבר וואס קען זיך אויס (שפיל דיך נישט אליינס, אז דו צוברעכסט עפעס וועט עס שפעטער קאסטן סאך מער)

געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2009 2:46 pm
דורך שוועמל
די פאקט,
איך בין הונדערט פראצענט מיט דיר.
רוב אירע ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט א קאמפוטער, זיי פאטשקענען ארום, דרוקן א מיליאן מאל די קאממענדס אויב עס עפענט זיך נישט אין דער רגע און דערנאך איז יענץ נישט גוט און דעס נישט גוט וחוזר חלילה.

ענדערש רופן א טעקנישן און צאלן אפאר דאלער אויב ווילסטו אמתדיג העלפן דיין פראבלעם.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 5:24 am
דורך KCSP
פארדעם וויל איך נישט פארמאכן גארנישט... ווען יא וואלט איך אלעס פארמאכט, און...
אבער וואס טוט מען דאך? דארף איך אנקומען צו א פיקסער מען פאר דעם..? קען מען זיך נישט ארויסדרייען דורך זיכן דא עפעס אינעפ קרעטשמע...???

געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2009 10:57 pm
דורך פייער
;l;p-

געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2009 11:28 am
דורך פאטאקי08
KCSP
גענטפערט אין אן אנדער אשכול וואס די האסט צי טוהן...

געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2009 2:53 pm
דורך KCSP
פאטאקי און וועלעכען אשכול?
ניין פייער איך ציץ נישט ווארד קיינמאל, איך האב נישט געדאנלויד דאן גארנישט, דשאסט סימפעל כ'האב געעפענט דעם אינטערנעט בראזער און באמפס.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 09, 2009 4:55 pm
דורך פאטאקי08

געשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2009 2:47 pm
דורך מאיר
איך האב לעצטענס א פראבלעם אז ווען איך האלט אינמיטן עפעס טון ווי למשל טייפן אין ווארד, ווערט פלוצלונג פארשוואונדן די אינטערשטע טולבארס, און ווען איך פארמאך אלע אפענע פראגרעמס און פאלדערס, בלייבט א ליידיגע דעסקטאפ אן קיין שום אייקאנס, און אפילו ווען איך קליק מיטן מייזל רעכטס אדער לינקס געשעט נישט גארנישט, איך קען ניטאמאל פארמאכן אדער ריסטארדן מיין קאמפיוטער ווייל איך האב נישט די סטארט מעניו דאן, בלית ברירה שטעק איך אויס די קאמפיוטער און צינד עס צוריק אן און אלעס ווערט צוריק גוט על מכונו, אבער נאך א פאר טאג אודך... איינער קען אפשר העלפן פליז?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2009 4:30 pm
דורך thefact
דריק
סטארט>ראן
טייפ אריין EXPLORER
דריק אקעי

געשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2009 4:34 pm
דורך מאיר
הארציגן יישר כח ר' משה אהרן, איך האף אז ס'וועט טאקע העלפן.

געשריבן: מיטוואך מארטש 04, 2009 1:54 pm
דורך מאיר
הרב וואסערמאן, ס'האט ווייטער פאסירט דאס זעלביגע...
איך האב אויפגעפאסט אז יעדעס מאל נאכן צוריק אנצינדן די קאמפיוטער נאך דעם וואס ס'פאסירט די אויבענדערמאנטע, ברענגט מיר ווינדאויס פארשידענע אפדעיטס צו אינסטאלן, האט עס א שייכות?

געשריבן: זונטאג מארטש 08, 2009 8:00 am
דורך KCSP
קען מיר איינער זאגן וואס איך קען יא פארמאכן און וואס נישט?

לעפטאפ פריזט :(

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 11:41 am
דורך קורץ און שארף
מיין טייערע לעפטאפ האט זיך גענומען פריזן, יעדע שטיק צייט, קען זיך מאכן נאך 10 מינוט זיין אפען, און קען זיין נאך א האלבע שעה. פריזן מיין איך אז עס איז פשוט נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש. חוץ פארמאכן מיט געוואלד און דאן עפענען נאכאמאל.


עני עדווייס?

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 1:32 pm
דורך קורץ און שארף
קבל את האמת האט געשריבן:עס איז דא אפאר עצות, וואס מענטשען האבען מיר געזאגט
און עס העלפט ב"ה בי צו די קרעטשמע(טעקנישען)

איינס) גיי צו סטארט, גיי צו ראן, טייפ אריין %temp% און מעק אויס די אלע פיילס.

צוויי) דריקטCTL&ALT&DELגיי צו פראסעס, און קיק אויב די זעסט דארט פראגרעמס, וואס די מיינסט אז עס דארף נישט צו ארבעטען, און דערווייל ארבעט עס, און עס שטייטערט אראפ און עס קען מאכען פריזען, סעלעקט עס, און דריק ענד פראסעס.

הצלחה


איך האב געטוהן די צוויי עצות, און עס קוקט אויס ווי עס האט געהאלפן!

לאמיר טאקע האפן..

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2012 11:00 am
דורך yield
כ'האב לעצטענס אז יעדן טאג 3 אזייגער בערך ווערט די קאמפיוטער זייער שטאט איך זע נישט קייין שום scheduled task די קאמפיוטער האסט די qb company file פאר 3 קאמפיוטערס איך בין נישט קליגער געווארן פון event viewer אויסליידיגן די הארד דרייב העלפט נישט וויירעס האב'ך נישט געטראפן any suggestions?

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2012 12:01 pm
דורך נאר נייעס
טריי צי מאכן א defragment
רוב מאל העלפט עס

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2012 12:18 pm
דורך yield
כ'האב געטראכט, אבער די פראבלעם איז נישט אז אייביג איז עס שטאט נאר בערך 3 אזייגער איך וואלט rather געזאגט אז די defregmant task ארבעט דעמאלטס באט למעשה נישט, פארשטייסט?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 7:17 am
דורך אלטן דור
מיין קאמפיוטער פריזט גלייך ביים אנצונדן עני העלפ?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 7:24 am
דורך משנה מקום
איך וואלט אייך גערען געהאלפען אבער סאיז זייער א דזענערעל זאך איז זייער שווער צי וויסען אבער איך קען אביסען טרייען אויב איר זאגט וועלכע ווינדאוס איר האט און ווי סהאלט אונמיטען זיך אנצינדען ביי וועלכע סקרין

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 8:41 am
דורך אלטן דור
ווינדאוס 7