בלאט 2 פון 2

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 12:29 pm
דורך בען בלישעם
thefact האט געשריבן:
בען בלישעם האט געשריבן:אויב איך געדענק גוט, ווען איך דרוק פרינט סקרין דארף ארויפקומען א סקרין פרעגנדיג וואו איך וויל דאס סעיוון. ניין?

ניין
(חוץ אז מען האט געוויסע פראגראמען וואס נעמען איבער דעם פרינט סקרין באטטען פאר זיך)


טא, וויאזוי דען ווייס איך צו די סקרין איז בכלל געסעיווט? און וואו איז דאס געסעיווט געווארן?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 1:26 am
דורך joe greenstein
איך פארשטיי איגאנצן נישט פארוואס מ'לאזט זיך אריין אין אזא דין ודברים דו ווייסט 'בן בלישעם' אז פאר נישט לאנג צוריק ווען עס איז נאך נישט געווען די לעיזער מייז נאר די ball מייז האט יעדע צווייטער געהאט דעי פראבלעים ווייל אויב די ball ווערט אביסעל loose און עס געט א טאנץ רוקט זיך עס צי די אנדערע זייט, איז אויב האסטו דעם אלטען ball האנדל דיר איין דעם לעיזער. אדער איז שוין דא היינט wireless מייזן דאס דארף צו זיין גאר גוט. 

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 2:06 am
דורך שוועמל
בן בלי שם;
איך זע דו לאזט דיר נישט העלפן, די גרעסטע קארפן קעפ פון קרעטשמע זענען געקומען דא צו לויפן צום עמערזשענסי רוף. כ'אב מורא לא מייזל ולא אוועקפלי... האסט בלויז געוואלט אנדרייען א מצב פון א אשכול...

איז דיין מייזל אמאל בכלל גוט געווען?
ווען האסטו געקויפט דיין קאמפיוטער, ווי אלט איז עס?
נוצטו ווינדאוס צי OS X צי לינוקס?
וואספארא סארט מייזל נוצטו? מאדעל נאמבער ?
איז דאס מייזל אנגעשטעלט אלס רעכט-האנטיגער אדער א לינק-האנטיגער?
האסטו שוין פרובירט אן אנדער מייזל?
האסטו שוין פרובירט אן אנדער יו עס בי שטעקער?

צו מאכן א סקרין שאט פון טעסק מענעזשער, האב איך געשריבן אויבן, האלט אפן די טעסק מענזשער און שפרייט עס אויס מען זאל קענען זען אלע פראגראם'ס, דרוק דעם פרינט סקרין באטטאן, און עפן פעינט, דרוק דארטן קאנטראל-V וועט ארויפקומען די בילד פונעם סקרין. קענסט קראפן לפי הצורך.

פעילור טו פראווייד דיס אינפארמעשאן וויטין 24 האורס, מעי רעזאלט אין קאנוויקשאן עגענסט יו, איך וועל מוזן קלאוזן דעם טיקעט...

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 6:47 pm
דורך בען בלישעם
אה, אה, שוואם. האב רחמנות...

על ראשון ראשון...
איך ווייס נישט צו דער מייזל איז אמאל גוט געווען, ווייל איך האב אנגעהויבן צו ארבעטן אויף דעם פלאץ פאר צירקע 2 חדשים צוריק.
סעים ווהיט שאלה ב'
ווינדאוס XP האום עדישאן
דעלל מ/נ M-UVDEL1
איך ווייס נישט וויאזוי עס איז אנגעשטעלט לגבי רעכט/לינק האנטיגע.
נאכנישט פרובירט קיין אנדער מייזל ווייל איך האב נישט.
איי האופ איי פראוויידעט די אינפארמעישאן וויטהין 24 האורס, ענד איי האופ יו האלד בעק יור מייקראוועיוו... און נאר נישט קיין טיקעטס... פליז.
סארי פארן פארדרייען א קאפ, אבער די אלע פראבלעמען זענען עכט.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2008 1:12 pm
דורך בען בלישעם
אוי וויי, עס איז שוין 36 שעה פון יעמאלט. איך האב מורא אז יש טיקעט בגו...

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2008 1:48 pm
דורך שוועמל
אקעי, כאב צוריק געעפענט דעם טיקעט.


דאס מייזל איז צעבראכן, טויש מייזל און פארטיג,
איך קען נישט זען קיין איין עטעטשמענט.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2008 2:55 pm
דורך thefact
שוועמל האט געשריבן:איך קען נישט זען קיין איין עטעטשמענט.

ער האט עס געמאכט אויף ווארד 2007
האסט ווארד 2007?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2008 10:10 pm
דורך בען בלישעם
שוועמל, אפשר קען איך דיר עס מאכן אויף אן אנדער פראגרעם? זאג מיר וועלכע דו ווילסט.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2008 10:36 pm
דורך אלחנן
כולי אלע מודה אז די דארפסט קויפען א נייע מייזעל מ'קען עס טרעפן פאר $10

שוועמעל אויב ווילסט נאך עפענען די טעסק מענידזער זיינע דא האסטו,, כ'האב עס געסעיפט אין 2003 ווארד

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 11:29 am
דורך בען בלישעם
שכח, אלחנן.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 5:18 pm
דורך נודה לך
וויאזוי בלאקט מען די פעד וואס מנוצט פאר די מייזל אויף א לעפטאפ זאל נישט ארבעטן ווען מהאט א געהעריגע מייזל?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 5:30 pm
דורך קאכעדיגע
Control panel+mouse+Dell touch-pad+click to change dell touch-pad settings

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 5:38 pm
דורך נודה לך
יישר כח

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 6:10 pm
דורך אדער יא
איינע פון די F'ס קענסו נוצן אלס שארטקאט, טעסט עס אויס, עס האט אויך א פיקטשער דערפון (ביי דעעל)