בן בלי שם; איך זע דו לאזט דיר נישט העלפן, די גרעסטע קארפן קעפ פון קרעטשמע זענען געקומען דא צו לויפן צום עמערזשענסי רוף. כ'אב מורא לא מייזל ולא אוועקפלי... האסט בלויז געוואלט אנדרייען א מצב פון א אשכול...
איז דיין מייזל אמאל בכלל גוט געווען? ווען האסטו געקויפט דיין קאמפיוטער, ווי אלט איז עס? נוצטו ווינדאוס צי OS X צי לינוקס? וואספארא סארט מייזל נוצטו? מאדעל נאמבער ? איז דאס מייזל אנגעשטעלט אלס רעכט-האנטיגער אדער א לינק-האנטיגער? האסטו שוין פרובירט אן אנדער מייזל? האסטו שוין פרובירט אן אנדער יו עס בי שטעקער?
צו מאכן א סקרין שאט פון טעסק מענעזשער, האב איך געשריבן אויבן, האלט אפן די טעסק מענזשער און שפרייט עס אויס מען זאל קענען זען אלע פראגראם'ס, דרוק דעם פרינט סקרין באטטאן, און עפן פעינט, דרוק דארטן קאנטראל-V וועט ארויפקומען די בילד פונעם סקרין. קענסט קראפן לפי הצורך.
פעילור טו פראווייד דיס אינפארמעשאן וויטין 24 האורס, מעי רעזאלט אין קאנוויקשאן עגענסט יו, איך וועל מוזן קלאוזן דעם טיקעט...
על ראשון ראשון... איך ווייס נישט צו דער מייזל איז אמאל גוט געווען, ווייל איך האב אנגעהויבן צו ארבעטן אויף דעם פלאץ פאר צירקע 2 חדשים צוריק. סעים ווהיט שאלה ב' ווינדאוס XP האום עדישאן דעלל מ/נ M-UVDEL1 איך ווייס נישט וויאזוי עס איז אנגעשטעלט לגבי רעכט/לינק האנטיגע. נאכנישט פרובירט קיין אנדער מייזל ווייל איך האב נישט. איי האופ איי פראוויידעט די אינפארמעישאן וויטהין 24 האורס, ענד איי האופ יו האלד בעק יור מייקראוועיוו... און נאר נישט קיין טיקעטס... פליז. סארי פארן פארדרייען א קאפ, אבער די אלע פראבלעמען זענען עכט.