בלאט 2 פון 2

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 2:50 pm
דורך יגדיל
צו אלחנן ייש"כ פארן אנווייזען די לינקס
אבער איך מיין אז דער דרייוו סי וואס די האסט אנגעוויזען איז די הארט דרייווו אין נישט דעי ram drive


kcsp עמו אנכי בצרה
איך כהאב דעם זעלבן פראבלעם ווי דיר
ד.מ איך כהאב אויך געטושט פין וויסטע אויף xp אין עס גייט מיר אסאך שטייטער דעי קומפיוטער אין איך ווייס נישט פארוואס
אין נאכמער עס ווערט מיר אסאך פאפרורען ווען איך עפן אינטערנעט עקספלורער
איך שליס אויך נישט אויס אז אפשר האב איך עפעס דאנגעלודעט ווען איך כהאב געזיכט די דיירווערס פאר xp
אין דעס האט מיר אנגעמאכט דעם פראבלעם אבער גיי ווייס

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 2:56 pm
דורך יגדיל
עס מעג שוין זיין א פראגרעם וואס קוק אדורך דעם גאנצען קומפיוטער אין ער זאגט צו אלעס איז 100 % פראצענט גוט אדער נישט
אין ער זאגט וואס עס איז נישט גוט אין וואס מען דארף פארעכטען

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 8:37 pm
דורך איך_הער
עטץ האטס אנגעפאנגען רעדן פון שטאטע קאמפעיוטער'ס, און אט פיל איך אז אפשר איז מיינס אויך שטאט, איך האב געגעבן א קוק ביי פראסעס, זע איך אז איך האב דארט א ים מיט זאכן אין פראסעס, איך האב אבער נישט קיין אהנונג, וועלכע איך מעג ענדיגן די פראסעס, און וועלכע נישט, ווייל ווען איך פראביר צו ענדיגן א פראסעס, קומט מיר ארויף א ווארענונג, מיט א סטראשע, צו איך וויל טאקע ענדיגן, און איך דערשרעק מיך, סאו ווי אזוי קען איך וויסן וואס איך מעג און וואס איך טאר נישט ענדיגן?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 9:06 pm
דורך KCSP
איך האב דעם זעלבען שעלה, איך האב דארט אסאך זאכן אבער איך ווייס גארנישט וואס עס איז סא האב איך מורא עס צו פארמאכן

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 9:59 pm
דורך לאז געמאכט
פאר די אלע וואס פרעגן וואס מען מעג פארמאכן און וואס נישט, איז אזוי: קודם דארפסטו וויסן וואס די ווילסט פארמאכן... די ווילסט דאך נישט צומאכן די אינטערנעט אינמיטן טייפן א שיינעם ארטיקל אין קרעטשמע ריכטיג?

אבער איין כלל דארף מען וויסן יעדע פראסעס וואס שטייט א יוזער נעים דאס הייסט נישט סיסטעם אדער נעטווארק וכדו' 'מעג' מען צומאכן.
יעצט מיט צולייגן אביסל קאפ קען מען יעדע זאך פארשטיין (איך רעד נישט פון די וואס האבן די יוזער נעם סיסטעם יענץ טאטש נישט).

איך רעכן אויס די מער באקאנטע דא.

iexplore.exe= אינטערנעט
explorer.exe= ווינדאס עקספלארער (דאס איז נישט כדאי צוצעמאכן, אבער מען מעג)
taskmgr.exe= טעסק מענעדשער

ווי געזאגט א פראסעסער וואס די ווייסט נישט וואס עס איז לייג אריין די נאמען און גאגעל און ער וועט דיר שוין זאגן וואס דא איז.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 2:41 am
דורך KCSP
לאז געמאכט כתב: (דאס איז נישט כדאי צוצעמאכן, אבער מען מעג).

וואס הייסט מען מעג אבער ס'איז כדי נישט צי פארמאכען??
וואס איז דאס ערגסטע וואס קען געשען?? טאמער איז עס אזויווי א טעמפערערי פייל וכדומה דארף איך נישט מורא האבן עס צי פארמאכן, ווייל עס וועט זיך צירוק עפענען, אבער למשל I EXPLORER וואלט איך שוין נישט פארמאכט זייענדיג אויפן נעט, אבער ווען איך בין נישט אויפן נעט און עס עפענט זיך צירוק אטאמאטיש וואלט איך עס געטאן

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 7:37 pm
דורך איש חסיד
EXPLORER.EXE איז נישט אינטערנעט עקספלאורער נאר ווינדאוס עקספלאורער, אויב די מאכסט עס צו וועסטו באקומען א ליידיגע סקרין, סגייט נישט אליין זיך צירוק עפענען די דארפסט דריקן CTRL + ALT +DELETE אויפ איינמאל און סעלעקטן טעסק מענעדזער און פון דארט, פייל ראן EXPLORE.REXE
\

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 10:51 am
דורך לאז געמאכט
ריכטיג איש חסיד האט גוט מסביר געווען מיינע רייד, ער האט נאר געמאכט א קליינע ספעלינג מעסטעיק די פינטעלע קומט נאך די R כזה explorer.exe
אלענפאלס אז עס איז נישט געפערליך עס צוצומאכן איך מאך דאס אסאך מאל צו ווען אפאר פאלדער'ס זענען אפען און עס פריר'ט געב איך א מאך צו דעם פראסעסר אין אלע פאלדער'ס מאכן זיך צו דערנאך עפען איך עס צוריק אויף דורכן ראנען א נייע פראסעסר (אזוי ווי איש חסיד האט שוין געזאגט)
RunNew.JPG
דא זעהט מען ווי מען עפענט אויף א נייע פראסעסער
RunNew.JPG (48.82 KiB) געזעהן 1760 מאל

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 3:05 pm
דורך KCSP
איך ווייס נישט וואס איך האב אלץ צאמגעטאן און אויסגעקלינט, איך האב געקלינט דעם קאמפיוטער מיט אלע פראגרעמס וואס איך האב נאר באקומען און יעצט ארבעט מיין קאמפיוטער א מחייה שנעל,
אבער די אינטערנעט ארבעט ווייטער שטייט, וואס טוט מען צי דעים???

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 3:33 pm
דורך יגדיל
היות דעס איז א ענין וואס איז נוגע פאר רוב מענטשען
וואלט געווען כדאי אז יעדער איינער וואס האט עפעס א ידיעה אין דעם ענין זאל ביטע פארבירען צו שרייבן אלעס וואס קען בייהילפיג זיין ווייל מיט דעם איז ער א מזכה את הרבים

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 14, 2011 7:04 am
דורך געשמאקער
לעצטענס איז מיין קאמפיוטער א געפערליכע טראבעל מעיקער,

ווען די פראבלעם וואלט ווען נאר געווען אז ס'איז זייער שטאט, וואלט איך נאך עפעס אפאר פארצענט אויסגעהאלטען, די פראבלעם איז אז איך קען עס נישט אויפמאכען אסאך מאל, און אסאך מאל קען זיך עס אפי' צימאכען פון זיך אליין,

דערווייל האב איך נאך געהאט אביסעל מזל און סוף כל סוף האב איך עס צוריק געעפנט, אבער ווער ווייסט ווי לאנג ס'וועט אנהאלטען,

און דאס איז שוין נאכדעם וואס איך האב עס געגעבען פאר א קאמפיוטער טעכנישען צו פאררעכטען, און עטליכע טעג שפעטער איז עס צירוק צום אלטען,

איך האב שוין מורא'געהאט די לעצטע פאר טעג אז איך וועל יעצט בלייבן אן קאמפיוטער ביז נאך פסח, ווייל מיין טעכנישען איז שוין אוועקגעפארן אויף יוט,

רבותי ביטע פראבירט צו העלפען, ווייל אן קיין קאמפיוטער איז זייער שווער זיך אן עצה צו געבען אין די ביזנעס