רע-אינסטאלירען פענסטער XP

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

רע-אינסטאלירען פענסטער XP

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

איך האב לעצטענס געהאט פילע פראבלעמען אויף מיין קאמפיוטער, האב איך אפגעמאכט צו רע-אינסטאלען ווינדאוס עקס. פי. מיט אלע דרייווער'ס, וכך הוה.

די פראבלעם איז אבער אז עטליכע פראבלעמען האט זיך מיר געשאפען נאכדעים, ווי פאלגענד:

1. די בעטערי פאוער איז עפעס דראסטיש געפאלען, איך הויב נישט אן צו פארשטיין ווי אזוי בכלל. ווען אמאל האט עס מיר געהאלטען א ערך פון גוטע צוויי א האלב - דריי שעה, אויפן ליכטיגסטען אופן, און א שעה צוויי מערער אויפן טונקלסטען אופן, האלט עס היינטצוטאגס אינגאנצען א שעה - א שעה אנדערהאלבען, "אויפן טונקלסטען אופן", שומו שמים על זה.

2. די אפציע פון סטענד-ביי איז אוועקגעפלויגען, איז עס געווארן לייט אזוי ווי דאס בילד, און טו אים עפעס.

3. די גאנצע קאמפיוטער איז מיר עפעס צוקראצט געווארען, דהיינו אלעס וואס איך טוה שפירט זיך עפעס קראצעדיג, ס'טייטש עס גייט שוין נישט אזוי "סמאד" אזוי ווי ביז היינט, נאר למשל אז איך לייג עפעס אראפ אויפן טעסק-באר נעמט א רגע ווי לאנג ער כאפט וואס איך הייס, און ער נידערט אראפ אזוי קראצעדיגערהייט, וואו מען רופט עס. מער איך קען נישט מסביר זיין, איך האף אז דער וואס דארף פארשטיין, פארשטייט.

4. א מאדנע זאך האב איך יעצט באמערקט, אז אינדערויסען פון C זאגט ער מיר אז עס איז פול א קיימא לן פון 11.5 גיג, משא"כ אינווייניג ווען איך סעלעקט אלצדינג - אריינגערעכנט הידדען פיילס - זעהט ער נאר עטוואס 8.10 גיג, וואס איז פשט?

5. נאך א פראבלעים ביי "פענסטער מידיא שפילער", דארף איך יעדעס מאל אנשטעלן "פיט ווידיא אן פלעיר, טא ריסייז", אז עס זאל גיין אויפן כמעט-גאנצען סקרין (איך רעד נישט פונעם אפציע אויפן גאנצען סקרין ממש).

נאך וועט מעגליך נאכקומען, [האפענטליך אז נישט].
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
שרייב תגובה

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”