פראבלעם מיטן לעפטאפ בעטערי/ווייער

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

פראבלעם מיטן לעפטאפ בעטערי/ווייער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א ידיד רופט מיר אן מיט א בהלה, ער האט געארבעט א שעה צייט אויף זיין אומאיינגעשטעקע לעפטאפ, און זינט דאן וויל זיך דאס נישט אנצינדן. ער ווייסט נישט אויב דאס איז א פראבלעם מיטן בעטערי אדער מיטן ווייער וואס ריטשארדזשט עס נישט.

ער בעט מיר אנצופרעגן דא עטליכע נקודות: 1) איז דא א וועג געוואויר צו ווערן אויב דאס איז א בעטערי אדער ווייער פראבלעם? 2) איז דא ערגעץ אין די מאונטענס וואו מען קען שאפן א בעטערי פאר א HP PAVILLION לעפטאפ קאמפיוטער? 3) לוינט זיך צו קויפן א לעפטאפ בעטערי אויף EBAY?

העלפט א איד אין נויט. יישר כחכם.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

1) בארגן פון איינעם א בעטערי אדער ווייער.

2) מסתמא נישט, אבער מ'קען באשטעלן פון מאנטאג אויף דינסטאג (נעקסט-דעי שיפינג).

3) ניין.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מצטרף צו מאשקע מיט זיינע ריכטיגע ענטפערטס.
אגב, איך האב געקויפט לעצטענס א גענעטישע בעטערי און איך זאג דיר ס'יז גארנישט ווערד.
(בסוגריים... מאשקע האט מיך בשעתו געווארנט אבער יעצט זעה איך ער איז גערעכט)

ווען איך האב געהאט אן ענליכע פראבלעם האב איך גערופן די קאמפאני און זיי האבן מיר געהייסן טון דאס פאלגענדע וואס האט גלייך געארבעט ב"ה:

פלאג אויס די ווייער פון לעפטאפ>
נעם ארויס די בעטערי פון לעפטאפ>
דרוק דעם 'פאוער' באטטאן פאר בערך 30 סעקונדען, כדי ארויסצונעמען איבערגעבליבענע זשוס>
שטעק צוריק איין דעם ווייער און דרוק נאכאמל דעם 'פאוער' קנעפל, און לכאורה ברויך עס צו ארבעטן כסדרן. אויב יא, דאן שטעק צוריק אייין דעם בעטערי און לאז עס ריטשארזשן ווידעראמאל ביז עס גרייכט דעם פולן מאס.

אויב נישט, ביטע לאז וויסן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח מאשקע און שוועמל, איך וועל אי"ה איבערגעבן אייערע ענטפערס פארן באטרעפנדן, און מעלדן די רעזולטאטן בל"נ.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיין חבר האט פארברענגט די האלבע נאכט מיט זיין צובראכענע כלי, ארויסגענומען דעם הארד-דרייוו, פרובירט שוועמל'ס עצה פון אויסגיסן די בעטערי-זאפט, און נאך פארשידענע עצות וואס די פירמע-לייט האבן אים געזאגט אין לויף פון זייער אנדערטהאלבן שעה'יגע געשפרעך, צום סוף איז געבליבן אז דאס איז גאר א פראבלעם מיטן "מוטער-באורד" (MOTHERBOARD), און זיי האבן אים פארשפראכן צו שיקן א ליידיג שאכטל ער זאל זיי צוריקשיקן דעם כלי און זיי וועלן עס פארריכטן (נאכדעם וואס ער האט יעצט אויסגעצויגן זיין וואראנטי אויף נאך א יאר צייט פאר די פרייז פון הונדערט דאלער).
שרייב תגובה

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”