לעפטאפ - נאוטבוק פאר אוצר החכמה און ווארד

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

לעפטאפ - נאוטבוק פאר אוצר החכמה און ווארד

תגובהדורך תמימות'דיגער » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 8:22 am

טייערע אידן

כ'קום נארמאל נישט אריין דא אי די קאמפיוטער אשכולות וכדו' וויבאלד דאס איז נישט מיין ערפארונג.

אבער יעצט נייטיג איך אין היימישע מומחה'דיגע הילף.

נפשי בשאלתי,

איך זיך צו קויפן א קלענערע לעפטאפ [צווישן 10 און 13 אינטשעס סקרין] פאר באנוץ פון אוצר החכמה, בר אילן, און ווארד דאקומענטס, וזהו!

די פראבלעם איז, די סעלעקשען איז אזוי גרויס....

ביז איצטער האב איך גענוצט א דעל - גרויס און שלימזל'דיג מיט א intel i3 core און איך בין להדיא "נישט" געווען צופרידן מיט די אומשנעלקייט וכדו'.

די שאלה איז, איז שייך צו באקומען עפעס בעסער [און קלענער] מיט א בעסערע core ווען מיין באדזשעט איז ארום 600 טאלער? אויב יא, וואס?

למצוה יחשב אייערע הילף אין די נושא!

ידידכם

תמימות'דיגער
כ'בין א תם - נישט א נער

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 8:30 am

איר דארפט לכאו' קענען טרעפן א גוטע זאך וויטאין $600, איך וואלט נישט גענומען א 10-13 אינטש פשוט ווייל ס'איז זייייער קליין צו זען דערויף א דאקומענט, אבער אויב ווייסט איר אין וואס איר גייט אריין אידאך גוט.

דער עיקר פראביר צו האבן דערויף נישט ווינציגער ווי i5 און א ssd דרייוו, דאס וועט אייך לכאו' געבן די ספיד וואס איר זוכט בע"ה.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 12:44 pm

סאיז זייער שווער צו קלויבן יעצט די בעסטע, איך האב נישט געטראפן קיין קליינע 13 " יעצט אבער דאס איז יעצט וואס כהאב געטראפן, קענסט בעטן קנאפער א הסכמה,

Intel® Core™ i7-7500U (2.7 GHz, up to 3.5 GHz, 4 MB cache, 2 cores)

Graphics 620 Intel® HD
8 GB DDR4-2133 SDRAM (1 x 8 GB) קענסט צו לייגען שפעטער

17.3" diagonal HD+ SVA BrightView WLED-backlit (1600 x 900)

128 GB M.2 SATA SSD קענסט צו לייגען א גרסערע אדער טוישן ביים קויפן


גדזערקשדאשר'.PNG
גדזערקשדאשר'.PNG (45.34 KiB) געזעהן 616 מאל

https://store.hp.com/us/en/ConfigureVie ... =Jet+Black


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט