בלאט 1 פון 1

windows 10 bootble usb

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2018 6:19 pm
דורך דער עושר
איך האב געמאכט א windows 10 bootble usb אבער ווען איך לייג עס אריין אין א נייע לעפטאפ בעטן זיי אן עקטיוועישען פעסווארד וואס איך האב נישט
איינער קען אריין קימען מיט הילף?
שכ''ח

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2018 10:16 pm
דורך וועלטניק
ס'קאסט שוין געלט היינט צוטאגס.
וואס איז דיין איצטיגע OS, ווינדאויס 7?
פרוביר צו נוצן די איצטיגע אקטיוועישאן קי, זוך עס ביי ווינדאויס פראפערטיס און שרייב עס אראפ, געהערט אמאל אז ס'ארבעט און אדרבה אויב דו פרובירסט דאס לאז ביטע וויסן די רעזולטאטן.
אגב, זיכער אז ס'נישטא קיין שום אנדערע אפציע אונטן חוץ אריינלייגן די אקטיוועישאן קי?

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2018 12:07 am
דורך קאמפיוטער עקספערט
דער עושר האט געשריבן:איך האב געמאכט א windows 10 bootble usb אבער ווען איך לייג עס אריין אין א נייע לעפטאפ בעטן זיי אן עקטיוועישען פעסווארד וואס איך האב נישט
איינער קען אריין קימען מיט הילף?
שכ''ח

אויב מיינסטו א פראדאקט קי קען מען עס סקיפען און ענדיגען אינסטאלען אן דעם.
יעצט אויב די לעפטאפ קומט מיט א לייסענס קענסטו נוצען א טול וואס ליינט די פראדאקט קי פון די בייעאוס אז נישט קענסטו נוצען עני קי פון ווינדאוס 7 און העכער דו דארפסט נאר מאכען זיכער אז די אינסטאלסט די ווערזשען פון ווינדאוס וואס דיין לעפטאפ איז געלייסענסט (דהיינו אדער האום אויב עס שטייט פלעין ווינדאוס 10 אדער פרא אויב עס שטייט) אדער פון די פראדאקט קי וואס דו האסט

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 8:09 pm
דורך יוני
האט איינער עקספיריענס וויאזוי צו דיפלויאן אן wim file צו אנדערע קאמפיוטערס דורך א usb?
כ'האב sysprept דעם קאמפיוטער, געכאפט דעם אימעדזש מיט דעם dsim טאל. למעשה בין איך סטאק דא, וויאזוי קען מען נעמען א ווים פייל, ארויפלייגן אויף א USB צו אינסטאלן אויף אנדערע קאמפיוטערס?