בלאט 1 פון 2

ארגענעזירן געסקענטע פיילס...

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2008 1:25 pm
דורך לאז געמאכט
לאמיר זען צו איינער קען מיר ארויס העלפן דערמיט...
איך האב שוין ב"ה א סקענער אלעס ארבעט פיין איך ברויך נאר א פראגראם צו האלטן מסודר די זאכן וואס איך סקען. דהיינו איך וויל למשל האלטן אלע טשעקס פון די קאסטעמערס אין קאמפיוטער אבער איך וויל גרינגערהייט צוטיילן יעדע טשעק צו זיין בעה"ב אין עס אויך טרעפן גרינג שפעטער אויב סהעט זיך אויספעלן.
איך קען עס מאכן אלטמאדיש דהיינו מיט פאלדערס אין סאב פאלדערס אבער דאס העט מיר נעמען שעות ארוכות אין סאיז זייער נישט פראפעשענעל אין סעהט מיר זיין זייער שווער דאס אויפצזיכן
אבער לעת עתה איז מיר אויך שווער צו זיכען א פראגראם דערצו סא אויב איינער ווייסט פון אזא זאך זאל ער עס ביטע דא מעלדן אדער אויב וויל ער זאגן מיר פריוואט קען ער מיך פארבעטן אין גאגעל טאק מיין אדרעסע איז lozgemachet@gmail.com א שיינעם דאנק.

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2008 1:25 pm
דורך לאז געמאכט
איינער פון די חשובע תושבים דאהי (איך האב נישט באקומען קיין רשות נאך צו לייגן זיין נאמען) האט מיר געשיקט אן אימיעל אז עס איז דא א פראגראם מיטן נאמען פעפערפארט האב איך געמאט א סערטש אין עס האט זיך ארויס געשטעלט אז סאיז מעגליך דאס וואס איך זיך אבער סקאסט הונדרעט טאלער דאס איז נישט אזוי געפערליך די פראבלעם איז אז כדי צו באקמען א פרי טרייעל דארף איך אויך געבן א קרעידט קארטל אין דאס איז וואס איך וויל נישט בשום אין אויפן...
עני העלפ?

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2008 2:21 pm
דורך 3x0
יא, איך קען דיר העלפן, אבער די שאלה איז צי דו וועסט דיך לאזן.

אויב פלאנסטו צו קויפן די פראגרעם, נאכן זיין צופרידן פון די טרייעל. און עס איז פון א נארמאלע באקאנטע קאמפעני, זע איך נישט פארוואס דו זאלסט נישט זיין גרייט צו געבן א קרעדיט קארט.

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2008 2:36 pm
דורך לאז געמאכט
ס'הייסט אז די קענסט די פראגראם? איזעס גוט?

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2008 2:51 pm
דורך פאטאקי08
עמו אנכי בצרה

וואס איז די פראגערעם?
וואס טוט יענץ?

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2008 3:11 pm
דורך 3x0
ניין, כ'קען עס נישט. איך האב פארשטאנען אז זיי בעטן נאר די קארטל, אבער זיי טארזשען נאכנישט.

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2008 3:46 pm
דורך לאז געמאכט
האטס גוט פארשטאנען ער טשארטש טאקע נישט ביז פופצין טעג אבער איך האב נישט קיין געדולט צו דעם יעצט פארשטייסט איך העל געבן מיין קרעדיט דערנאך העט ער זיין בעה"ב... אין איך העל דארפן זיין ביזי צוריק צו בעטן די געלט נאכדעם

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2008 3:53 pm
דורך 3x0
מיט חכמים קען מען זין אן עצה געבן מיט דיספיוטען, אבער ביי א נארמאלע קאמפעני וועט עס מסתם נישט אויספעלן.

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2008 4:11 pm
דורך ליפא
Paperport איז א פראגרעם וואס איזז מיטגעקומען מיט מיין אלטע סקענער
אויף די דרייווערס סי די איז מיטגעקומען די פראגרעם אפשר וועל איך דאס קענען אראפנעמען פון דארט
סאו, קוי, עס נאכנישט

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2008 4:50 pm
דורך לאז געמאכט
יו איך בין דיר זייער דאנק באר אויב די קענסט עס מיר ערלעדיגן איך וואלט זייער הנאה געהאט פון אזא שריט אויב די דארפסט הילפ דאס אראפצונעמען אדרבה פרעג אן מזעמיר גרייט צו העלפן בעזהשי"ת

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2008 5:25 pm
דורך לאז געמאכט
וואס ניצט דער עולם? אפשר איז דא אנאדער פראגראם וואס איך קען יא באקומען כאטש א פרי טרייעל אין עס ארבעט פיין הא?

געשריבן: מיטוואך ינואר 23, 2008 8:28 pm
דורך לחיים ולברכה
הערטס אויס א איד מיט א ווייסע בארד.....

כ'נוץ גאר אסאך פעיפערפארט. ס'קומט מיט אומזיסט מיט (כ'מיין) אלע Brother מאלטיפאנקשענס. כ'וועל דאס אפשר ארויפלייגן דא (אויב מ'קען).

מ'קען סקענען דערמיט, עדיטען די דאקומענטס זייער גרינג. למשל, מ'קען אויסקלארן, מ'קען אויסגראדן, מ'קען אויסמעקן וואס מ'וויל נישט, מ'קען צושרייבן נאוטס, מ'קען קאפיען און פעיסטן, און וואס נאך? כ'דענק שויניש.

איבער האלטן חשבון אויף די פאולדערס, ער האט אן עקסטערע ווינדאו (א גרויסע, נישט אזוי ווי אפען אין אלע פראגרעמס) וואו מ'קען צולייגן און אויסמעקן פאולדערס, מ'קען האבן פארשידענע קאלערד פאלדערס (אגב, מיט ווינדאוס קען מען האבן פארשידענע אייקאנס פאר פאלדערס).

אין אמת'ן קען מען אליינס מסדר זיין פאלדערס, איינס פאר סקענען טשעקס, איינס פאר בילס, איינס פאר סטעיטמענטס וכו' וכו' (אזוי טוה איך).

צו האבן א פראגרעם וואס האלט צוזאמען א בילד פונעם טשעק צוזאמען מיט די קאסטומער'ס אינפארמאציע:
קוויקען האט די אפציע, (כ'ווייס נישט פארוואס קוויקבוקס נישט, ועוד חזון איבער דעם).
און כ'האב אמאל געזעהן א פראגרעם אין עקסעס וואס האט אזא אפציע.

דאכטסעך אז די נייע 'ביזנעס קאנטאקט מענעדזשער' פון מייקראסאפט אוטלאק האט די אפציע.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2008 10:43 am
דורך לאז געמאכט
א גרויסן שקיועח איצט רעדטסטו צו דער זאך...
איין זאך פארשטיי איך נישט וואס די זאגסט וועגן עקסעס דאס קען זיין אינטערסאנט מער פון אלע אפשענס די זאגסט אז מען קען האבן אזא פראגראם אין עקסעס? דאס איז בעסער פון אלעם ווייל איך העל דאס קענען צושניידן צו מיין געברויך. מאכן פון דאסניי גלייב איך ניטש אז איך קען.
נו האט איינער אזא מין פראגראם בערך מיט עקסעס??

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2008 11:05 am
דורך לחיים ולברכה
לאמיך דיר מסביר זיין, עקסעס איז עקסעס און דזשעיפעג איז דזשעיפעג. לאמיר זאגן אז דו האסט א דזשעיפעג פייל פון א קאסטומער'ס טשעק, ס'ליגט לאמיר זאגן אינעם טשעק פאלדער (וואו אלע טשעקס זענען), קענסטו אין עקסעס מאכן א לינק צו יענע פייל, ווען דו קליקסט אויף דעם לינק וועט זיך עפענען יענע פייל.

ובכן, ווער געוואויר וויאזוי מ'לייגט צו דעם פיעטשער, און פרוביר דאס אויס אויף דיין עקזיסטינג עקסעס פייל, און פארטיג. אויב האסטו נאכנישט אן עקסעס פייל, פרוביר צו מאכן א קליינע דעיטעבעיס מיט דעם פיעטשער.

אז דו ווילסט, קען איך דיר זאגן פריוואט ווער עס האט געמאכט דעם עקסעס פראגרעם וואס איך האב געזעהן.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2008 11:44 am
דורך ליפא
ScanSoft PaperPort Deluxe 7
51 מעגא-בייטס
http://download.yousendit.com/10BB82426BBB8288

זאג מיר ביטע אויב עס האט דיר געהאלפן

הגם ער איז 7, און איך שטעל מיך פאר אז היינט האלטן זיי שוין אסאך ווייטער, קען זיין אבער אז דו קענסט בחנם אדער פאר אפאר גרייצער באקומען א Upgrade

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 24, 2008 11:56 am
דורך לאז געמאכט
לאמיך דיר מסביר זיין, עקסעס איז עקסעס און דזשעיפעג איז דזשעיפעג. לאמיר זאגן אז דו האסט א דזשעיפעג פייל פון א קאסטומער'ס טשעק, ס'ליגט לאמיר זאגן אינעם טשעק פאלדער (וואו אלע טשעקס זענען), קענסטו אין עקסעס מאכן א לינק צו יענע פייל, ווען דו קליקסט אויף דעם לינק וועט זיך עפענען יענע פייל.

ובכן, ווער געוואויר וויאזוי מ'לייגט צו דעם פיעטשער, און פרוביר דאס אויס אויף דיין עקזיסטינג עקסעס פייל, און פארטיג. אויב האסטו נאכנישט אן עקסעס פייל, פרוביר צו מאכן א קליינע דעיטעבעיס מיט דעם פיעטשער.

אז דו ווילסט, קען איך דיר זאגן פריוואט ווער עס האט געמאכט דעם עקסעס פראגרעם וואס איך האב געזעהן.



אה יעצט פארשטיי איך דאס איז געוואלדיג איך גיי דאס פרובירן צו מאכן דאס איז טאקע וואס איך ברויך געוואלדיג א גרויסן שקויעח
דרך אגב פאר דע וואס וווייסן נישט אין איך פלעג פאשען אמאל אין פרעמדע פעלדער ווען איך האב געדארפט צוקומען צו הילפ אין כ'האב טאקע אמאל יא געטראפן אין אמאל נישט.. אבער זייט איך האב געטראפן דעם פלאץ דא פרעג איך אלץ נאר דא אין איך זע די שנעלסטע אין פונקטליכסטע אין היימישסטע אינפארמעישן יישר כח אלע אידן פארן העלפן אין אזוי אויך אויב דארף איר הילף אדרבה פרעגט אן דא אין נאר דא...

שקויעח ר' ליפא איך האלט דאס שוין אינמיטן דאנלאדן.... העמיר דאס אויך פרובירן

געשריבן: פרייטאג ינואר 25, 2008 11:33 am
דורך לאז געמאכט
אקעי איך האב געעפנט מייקראספט עקסעס אין געזען אז עס קומט אריין געבויט אן אפציע צו עדען א עטעטשמענט צו א נאמען דאס הייסט אז איך עפען למשל א נייע קאסטעמער קען איך אריין לייגן אלע זיינע אינפא אין אויך א לינק צו א דאקאמענט אין מיין קאמפיוטער דאס איז ממש וואס כהאב געדארפט א גרויסן שכח יעדן איינעם פאר די הילף נ.ב. איך האב די נייעסטע ווערסיע פון אפיס איך ווייס נישט צו די אלטע האבן דאס וויפיל איך געדענק האב איך דאס קיינמאל נישט געזען אבער מ'ווייס מער דאך לא ראינו אינו ריא'....

יעצט וועל איך נאר דארפן אביסל הילף אויפצוסעטען מיין דאטע בעיס איך קען אביסל אבער גאנץ שוואך.. נו ווער וויל מיר העלפן?

געשריבן: פרייטאג ינואר 25, 2008 1:40 pm
דורך פאטאקי08
מיר זענען אלע גרייט אבער אין א עקסטערע אשכול

paperport

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 4:16 pm
דורך אברהם העיברי
א גוטן!
סהאט געדויערט ביז כבין אנגעקומען אהער...אבער בעסער שפעט ווי קיינמאל.
איך האב געקויפט די בראדער פרינטער ווייל כהאב געוויסט אז זיי האבן דעם פראגראם... איך ווייס שוין לאנג פון דעם... צו מיין גרויס אנטוישונג... סאיז נישטא...
די לינק וואס איז געווארן ארויסגעלייגט דא ע"י אחד מאנ"ש איז שוין צובראכן (פון יו סענד איט)
קען עמיצער מיטן סי די מיר שיקן דעם פראגראם??? כהעל עס זייער אפרישיעטן!


הק' אברהם
פה מעבר הנהר

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 4:32 pm
דורך למעלה משבעים
וועלכע מאדעל פרינטער האסטו?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 5:06 pm
דורך אברהם העיברי
Brother HL-2270dw

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 5:21 pm
דורך קנאפער ידען
איך האב דא די סידי פון מיין קאפי-פרינטער, עס איז א MFC-7420, איז עס גוט פאר דיר אויכעט?
אויב יא לייג איך עס באלד דא ארויף מיט א קאפי.קאם לינק [איבער 500 מב].

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 5:40 pm
דורך אברהם העיברי
יישר כח! עס לאנג אז עס פארמאגט אין זעך דעם אויבנדערמאנטן פראגראם איז עס גוט!
יישר כח נאכאמאל!

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 5:44 pm
דורך קנאפער ידען
עס פארמאגט אין זיך אויכעט פעיפער-פארט, אבער מ'קאן עס נישט עקסטער אינסטאלירן נאר מיטן גאנצן סוויט.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 5:47 pm
דורך למעלה משבעים
אין די דאנלאוד דא http://welcome.solutions.brother.com/bs ... 2270dw_all איז עס נישט דא?