בלאט 1 פון 1

קאמפיוטער: נאכאנאנדע wake up נאכן sleep

געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2014 5:53 pm
דורך שוועמל
ווען איך שטעל דעם קאמפיוטער צו שלאפן (sleep, נישט הייבערנעיט), וועקט זי זיך אוטאמאטיש צוריק אויף נאך א מינוט צוויי.
דאס איז סיי אויף בעטערי און סיי אויף פאוער.

עני סאלושען?

געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2014 7:18 pm
דורך שוועמל
אין פאוער אפשענס סעטטינגס האב איך שוין אלעס געטרייט, נישט געזען קיין שינוי.

האב איך אריינגעלייגט אין קאממענד powercfg/lastwake
איז ארויפגעקומען די פראגראם פון ווערייזאן InHomeAgent. זעט אויס יענער פראגראם האלט אין איין ארויפקומען צום אויבערפלאך מאיזה סיבה. כאב עס אנאינסטאלט און דערווייל קוקט אויס ווי דער בחור שלאפט פיין ב"ה..
(דאס איז געשריבן דורך מאבייל)

געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2014 7:30 pm
דורך אַבּערוואַס
ווייסטו אפשר וואס דאס איז? עפעס א פייאוס אישו, צו וואס? איך האב אויך דעם זעלבן פראבלעם.

געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2014 7:42 pm
דורך שוועמל
כמיין א רימאט העלפ קאנעקשאן וואס ווערייזאן נוצט אין פאל פון טראבלשוטינג.

געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2014 7:54 pm
דורך אַבּערוואַס
שכח, גיימיר עס אויסמעקן, אויב כ'וועל זיי אמאל דארפן עט מען דעמאלטס זען. א מין חוצפה דאס ארייצולייגן אין יענעמ'ס קאמפיוטער אנע רשות..

געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2014 8:08 pm
דורך קנאפער ידען
אַבּערוואַס האט געשריבן:שכח, גיימיר עס אויסמעקן, אויב כ'וועל זיי אמאל דארפן עט מען דעמאלטס זען. א מין חוצפה דאס ארייצולייגן אין יענעמ'ס קאמפיוטער אנע רשות..

עס פעלט נישט אויס אויסצומעקן, מ'קען עס בלויז אראפנעמען פון די סטארט-אפ און סקעדזשואלד טעסקס.

געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2014 8:16 pm
דורך אַבּערוואַס
שכח, בכלליות איז מיין שיטה נישט צו האלטן אויפן קאמפיוטער קיין שום פראגרעם וואס איך ווייס נישט וואס דאס איז, אדער אויב ס'איז אזאך וואס איך דארף נישט האבן בכלל (נאר יענער), גענוג די פראבלעמען וואס קומען אומגעראכטן.

דא וויבאלד כ'האב געוואוסט אז ס'איז ווערייזאן, האבעך קודם געוואלט וויסן צו איינער ווייסט אויב ס'נישט עסענשיעל (מורא האבעך נישט געהאט אז ס'א וויירוס), יעצט האבעך א שטארקע נטיעה אים צו שיקן ליפטערן.

געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2014 8:34 pm
דורך שוועמל
נטיה כצ"ל