וויאזוי צו אפגרעידן פון ווינדאוס XP צו ווינדאוס 7

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אייוועלט ארכיוו

וויאזוי צו אפגרעידן פון ווינדאוס XP צו ווינדאוס 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »


~ וויאזוי צו אפגרעידן פון ווינדאוס XP צו ווינדאוס 7 ~

פארוואס? ווייל אפריל דעם אכטן וועט מייקראסאפט אויפהערן צו סופפארטן ווינדאוס XP, דאס מיינט אז איר וועט מער נישט באקומען אפדעיטס פאר קריטישע לעכער אין די סיסטעם.

עס איז קלאר אז אסאך העקערס באזיצן וויירוסעס און מעלוועיר ספעציעל פאר ווינדאוס XP, און ווי נאר מייקראסאפט וועט אויפהערן ארויסגעבן אפדעיטס וועלן זיי פארשפרייטן די וויירוסעס, און עס וועט נישט זיין קיין וועג צו פארעכטן די לעכער אינעם XP סיסטעם.

~ איז וואס זאלט איר יעצט טון? ~

די ערשטע זאך זאלט איר טראכטן פון קויפן א נייע קאמפיוטער, ווארשיינליך איז אייער יעצטיגע קאמפיוטער כמעט צען יאר אלט, האט פיין אפגעארבעט און עס איז שוין צייט עס זאל ריטייערן.

טעכנאלאגיע גייט פאראויס מיט שנעלע טריט און פריער אדער שפעטער וועט איר סייווי דארפן קויפן א נייע קאמפיוטער, איז פארוואס ווארטן ביז עס ווערט אן עמערדזשענסי? קויפט יעצט ווען איר האט נאך צייט און ישוב הדעת.

~ פארוואס ווינדאוס 7 און נישט ווינדאוס 8 אדער 8.1? ~

ווינדאוס 8 איז אזוי ווייט פון ווינדאוס XP אז נישט יעדער קען זיך לייכט צוגעוואוינען דערצו, דעריבער טו איך נישט רעקאמענדירן ווינדאוס 8.

אויב איר קויפט א נייע קאמפיוטער דארפט איר נאר אריבערפירן אייערע פיילס צום נייעם מאשין והכל על מקומו יבא בשלום.

[וואס צו זוכן ווען איר קויפט א נייע קאמפיוטער ווערט אויסגעשמועסט דא - פאר א לעפטאפ זעהט דא]

אויב איר קויפט נישט א נייע קאמפיוטער, נאר איר פלאנט צו אפגרעידן צו ווינדאוס 7 אויף אייער יעצטיגע מאשין איז וויכטיג אז איר זאלט קודם טשעקן צו אייער סיסטעם וועט ארבעטן מיט ווינדאוס 7, דאס צו טון נוצט די Windows 7 Upgrade Adviser פון די מייקראסאפט וועבסייט.

~ הלכה למעשה ~


אויב נאך אלעם בלייבט איר מיטן באשלוס צו אפגרעידן אייער מאשין צו ווינדאוס 7, און איר האט שוין געקויפט א Genuine ווינדאוס 7 לייסענס, דאן איז ראטזאם צו טון די פאלגענדע פארן אינסטאלן ווינדאוס.

    א) מאכן א פולע בעקאפ פון אלע אייערע וויכטיגע פיילס.

עס זענען דא פארשידענע וועגן וויאזוי צו מאכן א בעקאפ, אבער איך וועל אייך ווייזן די גרינגסטע וועג.

0) רעכנט אויס וויפיל פלאץ (גיגעבייט) אייערע פיילס פארנעמען. דאס צו טון גייט צו Start > My Computer > Local Disk, דאן רייט קליקט אויף Documents and Settings און סעלעקט פראפערטיס. איינמאל עס ענדיגט אפשאצן וויפיל גיגעבייט אייערע פיילס נעמען אויף דאן מאכט זיכער אז איר האט נישט פיילס ערגעץ אנדערש אויפן הארד דרייוו (ווי למשל אויפן :C דרייוו)

1) קויפט אדער בארגט א עקסטערנעל הארד דרייוו מיט גענוג פלאץ, און קאפירט אהין אלע פיילס וואס איר דארפט האבן, מאכט זיכער אז איר נוצט FastCopy וואס איז די בעסטע און שנעלסטע פראגרעם צו קאפיען פיילס. געדענקט! נישט רוקן די פיילס צום בעקאפ דרייוו, נאר קאפיען.

עצה טובה: נוצט נישט דעם קאמפיוטער בשעת איר קאפירט די פיילס, עס וועט פארשטייטערן דעם פראצעדור, ווי אויך - אויב איר נוצט די אריינגעבויטע קאפי/פעיסט - זאלט איר עס נישט אנשטעלן איבערנאכט אדער ווען איר זענט נישט דארט, ווייל אפטמאל שטעלט ער זיך אפ מיט א פראגע און בלייבט שטעקן ביז מען ענטפערט אים.

3) ווען אלעס ענדיגט קאפיען, מאכט זיכער אז איר האט אלעס וואס איר דארפט און דאן טשעקט עס נאכאמאל; ווי די וועלט זאגט, מעסטן זאל מען צוויי מאל, ווייל שניידן שניידט מען נאר איינמאל.

4) שטעקט אויס דעם דרייוו און לייגט אים אוועק אויף א פארזיכערטן ארט.

    ב) שטעלט צוזאם א ליסטע פון אלע פראגראמען און לייסענסעס וואס איר האט אויף אייער קאמפיוטער.

הערה: בדרך כלל קען מען נישט אריבערפירן פראגרעמס פון איין קאמפיוטער צום צווייטן, מ'דארף האבן די אינסטאלער פייל צו אינסטאלן די פראגרעם אין די אנדערע (נייע) קאמפיוטער.

0)דאס צו טון זאלט איר נוצן דעם אומזינסטן פראגרעם Ccleaner אזוי, אדער קענט איר עס טון אזוי

1) יעצט דאונלאודט Bellarc Advisor פון דא (דירעקטע לינק), אינסטאלט די פראגרעם און ווען די ריפארט עפענט זיך אין די בראוזער זאלט איר עס ארויספרינטן און זיכער מאכן אז איר האט אלע לייסענסעס און Product Key's

    ג) נאך אפאר וויכטיגע פיילס וואס איר וועט דארפן

0) זוכט אויף אלע אינסטאלער פיילס פאר די פראגרעמס וואס איר ווילט האבן אין אייער נייע קאמפיוטער, און סעיווט זיי אויף א פאררזיכערטן פלאץ.

1) סעיווט אייער Outlook Auto Complete ליסטע, פאר אינסטרוקציעס דרוקט דא

2) סעיווט אייערע קאנטאקטס פון Outlook, אזוי

3) עקספארט אייערע בוקמארקס פון די בראוזערס, קראום, פייערפאקס און אינטערנעט עקספלארער; און לייגט זיי אוועק.
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט ארכיוו אום דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 1:35 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יישר כח גדול'ס פון אלע איינגעשריבענע ניקס!!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

WOW!!!!
ביסט דאך ממש א צדיק!! אזוי קלאר אראפצולייגן!!!!!

עס איז דא פראגרעמס ואס ארבעטן נישט אויף ווינדאוס סעווען
דארף מען זיכער מאכן בעפאר מען אפגרעיד
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יע בדידי הוה עובדא, "פאלם דעסקטאפ".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

WOW

ייש"כ!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יע בדידי הוה עובדא, "פאלם דעסקטאפ".
פאר דעם איז דא א ווירטואלע מאשין.


שכוח הרה"צ, זייער שיין אראפגעלייגט.
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

איך האב א פאלם דעסקטאפ וואס ארבעט אויף ווינדאוס אכט.איינס

זייער שיין, איין זאך ביניך מחולק און כ'טו רעקאמענדן פאר ווער עס פרעגט ווינדאוס אכט פוינט איינס. וכן עשיתי עובדא בעצמי.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

גיימער דאס באלד טון, שכוח פאר די אינסטראקשענס
אוועטאר
אברהם העיברי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם העיברי »

ווינדאוס 8.1 האט עטליכע חסרונות, און דעריבער אויב מ'קומט פון XP ראקאמענדיר איך ווינדאוס 7
לדעתי איז ווינדאוס אכט שנעלער און בעסער, זיך צו געוואוינען געדויערט א טאג צוויי. נישט גענוג חסרונות אויף נישט צו נעמען...
נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר נייעס »

ווען מען טויש פון xp פארוואס זאל מען גיין צי ווינדאס 7
פארוואס נישט זיך צי געואוינען צי די נייעסטע אפרעטינג סיסטעם
אויב וועגן סטארט קען מען לייגען פון אנדערע קאמפעניס ווי classic shell
אין ווינדאס 8 איז און מציאות אסאך שנעלער ביים אנצינדעןאויסלעשען
די סערטש איז א מחיה
ווינדאס 7 הייסט עס computer נישט my computer
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
[email protected]
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מעכטיג!!!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

הערה: בדרך כלל קען מען נישט אריבערפירן פראגרעמס פון איין קאמפיוטער צום צווייטן, מ'דארף האבן די אינסטאלער פייל צו אינסטאלן די פראגרעם אין די אנדערע (נייע) קאמפיוטער.
ערגעץ דא אויפן וועלטל האט איינער רעקאמענדירט דערפאר ס'הייסט pickmeapp זייער פיינע רעזאלטאטן געהאט דערמיט, ווענגלייך געציילטע פראגרעמען האבן נישט געארבעט דערמיט. (כ'דענק נישט וועלכע).
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איך האב שוין אלעס געטוהן און דערווייל קען איך נישט ניצן מיין קאמפיוטער ווייל איך וועל דארפן נאכאמאל מאכן א בעקאפ און דא שטיי איך און איך ווארט אויפן אפגרעיד.. :-? און די קאמפיוטער קען איך נישט ניצן
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

אויב איר מוזט האלטן אייער XP קאמפיוטער נאך די דעדליין זענען דא עטליכע וויכטיגע זאכן וואס איר זאלט טון:

1) נישט נוצן אינטערנעט עקספלארער נאר Chrome אדער Firefox
2) זיין א לימיטעד יוזער, עס נידערט די ריזיקע צו ווערן אינפעקטירט מיט 93 פראצענט
3) אנאינסטאלן Flash און Java
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ווען איז די דעדליין?
איך א 32 ביט מאשין
קען איך אינסטאלן דערויף וונדאוס 7 64 ביט?
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

וואס הייסט א 32 ביט די ווינדאוס אדער די פראסעסער
אויב ווינדאוס איז די תירוץ יא
אויב די פראסעסער איז 32 ביט דעמאלטס מיסטו אינסטאלען א 32 ביט ווינדאוס

אלס א כלל מער ווייניגער אלע פראסעסערס פין די לעצטע פינעף יאר און אפשר אפילו עלטער זענען 64 ביט חוץ געויסע atom פראסעסערס
אויב די ווילסט קענסטו מיך זאגען וועלכע פראסעסער און איך וועל דיך בל"נ ענטפערען
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ישר כח משנה
דא האסטו
עכט איז דא 4 GB RAM
אטעטשמענטס
untitled.GIF
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

יא די קענסט אינסטאלען א 64 ביט ווינדאוס
אין איינוועגס וועט ער שוין דערקענען אלע פיר גיג רעם
נאך א זאך וועסטו פארדינען אז אויב וועסטו וועלן האבען די זכיה צי פראגרעמען פאר די נייערע ווירזשענס פין
דאט נעט וועסטו קענען אויב די גייסט צי ווינדאוס סעווען
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יישר כחכם אייך אלע
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איין גוטע נייעס איז, אז מייקראסאפט וועט צושטעלן Virus Definitions פאר סעקיוריטי עסענשעלס אויף XP ביז July 2015
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אז מען אפגרעיד שוין, וואלט איך געראטן אויך צו קויפן א SSD
לינק?
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

קודם ליין די אשכולות - די פרייזן האבן זיך געטוישט אבער בעסער צו פירן דארט דעם שמועס

(SSD (Solid-state Drive וואס טוט ער?

SSD סאליד סטעיט דרייוו VS הארד דיסקס דרייווס HDD
אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע: ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shiala »

אקעי כאשוין לאנג געוואלט זאגן, אחוץ פון די פאקט אז קראום איז אוטרייט די בעסט בראוזער פראגרעמווייז לייק מאסט וועבזייטלעך פערפארמען בעסט אויף קראום ווייל זיי זענען אייביג די בעסט אפדעיטעד מיטן פארשטיין דזאווא סקריפט און הטמל, איז אויך דא די סופער בעסט אד שטערערס פלאגאינס, פאר קראום נוץ עד-בלאק צוזאמען מיט עד-בלאק-פלאס און דיין בראוזן עקספיריענס וועט זיין בעסער שנעלער און די וועסט כמעט נישט האבן קיין פראבלעמען מיט וויירוסען וואס קומען אריין פון די נעט, סאו חברה איך בעט מיך ביי דיר ראשית סטאפ נוצן דעים פארשטינקענעם אינטערנעט עקספלאורער, מיינע זייטלעך סופארטן עס נישט און איך בין נישט דיר איינציגסטער, בפרט איי אי 8 וואס אויב קענסטו לאודען א סייט דערויף שיין קאל מיך פליס, דזאוסט סטאפ נוצן איי אי און הייבטס אלע אן נוצן קראום ווייל סיז די בעסט (אויב ביזטו א דעוועלאפער וועסטו יא זעהן נוצן פון פייערבאג פאר פייערפאקס וואס איז אין לייוו הטמל און סי עס עס עדיטינג בעסער, אדערווייז נוץ קראום) פאר אייער סעיק און פאר מיין ענד פארגעס נישט צו דאונלאודען עד בלאק און עד בלאק פלאס
א קאטשקע איז די אייער׳ס וועג צי מאכן א נייע איי
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

אקעי, יעצט לאמיר פרעגן דא

איך האב א צווייטע קאמפיוטער (חוץ מיין געווענליכע), א XP און ער שטראשעט מיר אז בלא בלא בלא... ווי אויבן דערמאנט, און איך וויל אים אפדעיטן

יעצט שאלה איז, מיין געהעריגע קאמפיוטער איז א 7, זאל איך גיין צו זיבן, אדער צו 8.1, (איך קען באשטיין זיך צוצוגעוואוינען צו די נייע LOOK פון 8) די שאלה איז וואס נאך קען איך ליידן?
שרייב תגובה

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”