בלאט 10 פון 13

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2014 6:24 pm
דורך אַבּערוואַס
ענדע צדיק! האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:
יעצט ווארט מיר צו הערן וואס די מעשה איז געווען.
#זייערנייגעריג
נו?

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2014 7:18 pm
דורך שנאפס
די אינפארמאציע האבן מיר שוין געוואוסט פריער..

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2014 8:21 pm
דורך נישט
שנאפס האט געשריבן:די אינפארמאציע האבן מיר שוין געוואוסט פריער..

RT

געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2014 9:31 am
דורך מילכיגער
וואס ווייזט די פיקטשע?

געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2014 9:34 am
דורך קנאפער ידען
מילכיגער האט געשריבן:וואס ווייזט די פיקטשע?

א צייכן צו דער לינק אונטן וואו יעדע קאמפיוטער באנוצער 'מוז' באזוכן און גוט אדורכליינען!
[און אויכעט - אפשר איז דאס דער עיקר - צום באדאנקן לינק...].

געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2014 10:17 am
דורך מילכיגער
אה! געזען אויפן טעלעפאן ווי חתימות קומען נישט ארויף

געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2014 10:21 am
דורך מילכיגער
רעדסט צו מיר?

געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2014 10:54 am
דורך זאכליך
אזוי זעהט עס אויס

געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2014 2:34 pm
דורך לכתחילה אריבער
איך האב פארשטאנען, "זייט מוחל קריכטס אראפ פון מיר".......

געשריבן: דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:46 am
דורך אַבּערוואַס
אויך דאס פארשטאנען, זינט די עראו ווייזט נישט קלאר אויף עפעס מער ווי אראפ די טרעפ!

געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2015 3:02 pm
דורך פישל
מיינס א ידיד (נישט ממש ער נאר א העקער וואס האט געהעקט זיין אימעיל) האט מיר געשיקט א אימעיל מיט א לינק וואס האט געברויכט אינסטאלירן א וויירוס ביי מיר אין קאמפיוטער, אבער היות כ'האב אינסטאלירט דעם k9 פילטער ממילא האבן זיי אויפגעכאפט אז דער לינק טויג נישט און זיי האבן מיך נישט אריינגעלאזט אהין. מיין שאלה איז צי יעצט ווען איך ווייס אז דאס איז געווען א וויירוס דארף איך זיין באזארגט אז איך האב בכלל געעפנט דעם אימעיל, צי דאס אז דער לינק איז געווען געבלאקט מיינט אז איך בין געווארן אפגעשוינט דערפון?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2015 3:07 pm
דורך עין טובה
איך וואלט געזאגט אז היות די לינק איז נישט דורך, איז פשט אז בכדי די וויירוס זאל זיך אריינעסן האט עס געמוזט גיין דורך די לינק, און דו האסט נישט פון וואס צו זיין באזארגט.

הבא לטהר....

געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2015 3:19 pm
דורך קנאפער ידען
פישל האט געשריבן:מיינס א ידיד (נישט ממש ער נאר א העקער וואס האט געהעקט זיין אימעיל) האט מיר געשיקט א אימעיל מיט א לינק וואס האט געברויכט אינסטאלירן א וויירוס ביי מיר אין קאמפיוטער, אבער היות כ'האב אינסטאלירט דעם k9 פילטער ממילא האבן זיי אויפגעכאפט אז דער לינק טויג נישט און זיי האבן מיך נישט אריינגעלאזט אהין. מיין שאלה איז צי יעצט ווען איך ווייס אז דאס איז געווען א וויירוס דארף איך זיין באזארגט אז איך האב בכלל געעפנט דעם אימעיל, צי דאס אז דער לינק איז געווען געבלאקט מיינט אז איך בין געווארן אפגעשוינט דערפון?

ווארשיינדליך אויב איז עס נאר געווען א לינק און דער לינק איז נישט דורך איז גארנישט געשען, אויב איז אבער געווען אין יענע אימעיל אויכעט אן עטעטשמענט וכדו' דאן איז צרות.
אבער עס שאדט קיינמאל נישט צו מאכן א פולער אנטי-וויירוס סקען דזשאסט אין קעיס.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 7:44 pm
דורך בנימין הלוי
וואס איז גוטער איינמאליגע וויירוס און מאלווער קליענער פאר ווינדאוס 10?

יישר כח

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 8:54 pm
דורך קנאפער ידען
בנימין הלוי האט געשריבן:
וואס איז גוטער איינמאליגע וויירוס און מאלווער קליענער פאר ווינדאוס 10?

יישר כח
דא בעצם ווענדט זיך וועלכע סארט וויירוס איר האט, און לויט דעם דארף מען ארבעטן עס אויסצוקלינען, עס איז נישט דא איין וועג וואס ארבעט, מען דארף אלעס פרובירן.

ער איז טאטעלי גערעכט, אויב ווייסטו אז דו האסט א וויירוס דאן דארף דאס א נארמאלע באהאנדלונג און עס איז נישטא קיין קלינער וואס וועט אלעס מסדר זיין אליין!

עטוואס (כאטש צומאל ווען מען טוט אזוי ווילד און מען נוצט אלע טאאלס קענען זאכן צעבראכן ווערן, און אויכעט נישט געקלינט ווערן) קענסטו טון דורך פאלאוען די גייד וויאזוי "אליין" צו פארעכטן אייער קאמפיוטער.

געשריבן: דינסטאג מאי 24, 2016 8:15 am
דורך מי יודע
שוין די צווייטע מאל אין די זעלבע 24 שעה וואס מיין קאמפיוטער געבט זיך א לעש אויס (שוין געהאט איינמאל אויך א פאר וואכן צוריק די זעלבע זאך), נאכן זיך צוריק אנצינדן קומט ארויף א מעסעזש אז דער פראבלעם הייסט 'בלו סקרין'
איז דאס א וויירוס, וואס קען מען טון דאס צו פריווענטן?

געשריבן: מיטוואך יוני 15, 2016 11:40 am
דורך מה פתאום???
יא, אפילו איך בין נישט אויסגעהיטן געווארן...

היינט צופרי עפענענדיג מיין רעלאטיוו נייע לעפ טאפ האב איך גלייך געזעהן אז "סאמטינג איז פישי", די סוירדש פענסטערך פון ווינדאו'ס האט זיך יעדע האלבע מינוט געעפנט, און וואס א מינוט שפעטער איז דאס נאר געווארן אפטער, יעדע סקונדע האט עס אריינגעהאקט אין קאפ אריין. נאכדעם האט די קאמפיוטער אנגעהויבן זיך "זומען אויף ריזיג און אויף פיצי שפרינגענדיג אהין און צוריק, די דעסקטאפ זאכן זענען געווארן גרויס און קליין און פיצי, די וועב פעידש האט זיך געזומ'ט ארויף און אראפ. בקיצור, אלעס איז געגאנגען כאדאראם...

איך האב פרובירט צו מאכן א סקען מיט AVG שבער נאך בערך זיבן מינוט האט מיין נערוון געפלאצ'ט זעענדיג אז ער טרעפט גארנישט און ער גייט שטייט ווי א רעטעך, האב איך ריסטארטעד די קאמפיוטער, ווען עס האט זיך צוריק אנגעצינדן האט זיך פאר א רגע באוויזן א שרעקעדיגע שווארצע ווינדאו מיט קאודס און זיך גלייך דערנאך פארמאכט. דערווייל איז אלעס צוריק גוט, איך וויל אבער וויסן אויב איינער ווייסט וואס דאס קען זיין.

ייש"כ פון פאראויס.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:19 pm
דורך מה פתאום???
יישר כח פאר העלפן באישי, תשחח"ל.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:22 pm
דורך פערפעקט
וואס איז געווען די פראבלעם? און וואס איז געווען די הילף?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:29 pm
דורך מה פתאום???
מקאן נישט וויסן, אמאל א גליטש אדער וואס

ניש אייביג איז עס א וויירוס, אבער ווי געזאגט, א ריסעט איז די בעסטע אפציע (נאכדערצו ווען ס'איז ניי)

געשריבן: דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:25 pm
דורך תורה לערנער
זאג אים אונז בענק מיר זיך..

געשריבן: דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:27 pm
דורך מה פתאום???
שוין געזאגט...

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 10:08 am
דורך עין טובה
איך ווער שוין משוגע...
פלוצים געט זיך מיין -דיפאלט- בראוזער אזא עפן אויף אין אט שטיי איך ביי insightcdn.online אזא מין adware.
איך האב שוין געסקענט מיין קומפיוטער מיט עטליכע אנטי וויירוס\אנטי מעלווער אבער ס'האט געהאלפן א מכה...
ענדליך האב איך שוין געמיינט אז איך בין שוין פטור געווארן דערפון, אבער ס'געשעהט אזוי רענדאמלי...
זוכנדיג אויף גוגל ווער איך גאר געוואר אז די אנטי וויירוס'ס וועלן עס ניטאמאל אייביג פלעגן צוליב דעם וואס טעכניש איז עס נישט קיין וויירוס, ס'איז adware...
אין קונטרול פענעל זעה איך נישט קיין שום פראגראם וואס ס'קען זיין.
אויב איינער האט שוין אמאל געהאט דעם פראבלעם, ביטע לאזט וויסן וויאזוי איר האט זיך אן עצה געגעבן. א דאנק.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:17 am
דורך תורה לערנער
try to use malwarebytes it has a reputation of cleaning adware very good

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:40 am
דורך עין טובה
שוין גענוצט מעלווער בייטס...