בלאט 1 פון 1

הילף: קאמפיוטער הייסט צומאכן אלעס וועגן מעמארי

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:15 am
דורך country
מיין קאמפיוטער זאגט מיך איך זאל צי מאכען אלע פראגרעמס ווייל איך האב מער נישט מעמערי, וואס ברויך איך טוהן? ער מיינט נישט גיג וווייל איך האב נאך 100 ער מיינט ווארשיינלעך CPU.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:07 pm
דורך געלעגער
עס דארף ווען זיין א צעטל וואס מ'דארף אויספילן פאר מ'עפנט אזא אשכול. די שאלות זאל זיין בערך אזוי: וועלכע קאמפיוטער, מאדעל, ווינדאוס? אויב מעגליך א סקרין שאט פון די ערראר? האסטו עפעס אפדעיטעד אדער דאונלאעדאוד לעצטענס?? וכו' וכו'

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:11 pm
דורך זייער נייגעריג
און זיכער נישט לייגן א קעפל וואס זאגט גארנישט, למשל די אשכול האט געהייסן "ראטעוועט"


געלעגער האט געשריבן:עס דארף ווען זיין א צעטל וואס מ'דארף אויספילן פאר מ'עפנט אזא אשכול. די שאלות זאל זיין בערך אזוי: וועלכע קאמפיוטער, מאדעל, ווינדאוס? אויב מעגליך א סקרין שאט פון די ערראר? האסטו עפעס אפדעיטעד אדער דאונלאעדאוד לעצטענס?? וכו' וכו'

אזוי ווי מ'האט שוין לאנג געבעטן
ווען איינער דארף הילף אין סיי וואס זאל ער פרובירן צו דעסקרייבן זיין פראבלעם די מערסטע וואס איז שייך, נישט אז א האלב אשכול זאל מען זיין ביזי נאר צו פארשטיין די פראבלעם, מ'קען עס אסאך זעהן ביי די גרויסע פארומס, דאס הייסט ביי קאמפיוטער למשל, זאל מען גלייך זאגן וואסערע מאשין וואסערע אפערעטינג סיסטעם וכדו' וכו' די זעלבע זאך איז ביי ולאחיו.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:34 pm
דורך country
וויל איינער געבען א עצה אנשטאט קריטעקירען?


איך ווייס נישט וויאזוי צי POSTEN א בילד ,מקען נאר א URL.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:49 pm
דורך משנה מקום
די ווייסט וויפעל סיסטעם רעם די האסט?

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:51 pm
דורך Ron Paul
"country"]וויל איינער געבען א עצה אנשטאט קריטעקירען


;l;p-

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:03 pm
דורך country
משנה מקום האט געשריבן:די ווייסט וויפעל סיסטעם רעם די האסט?


3gig 2.60 useable

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:08 pm
דורך משנה מקום
טאמער ניצטו נישט קיין העווי פראגרעמס איז זייער מעגליך אז סאיז א ווירוס

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:28 pm
דורך ווינקל
country האט געשריבן:וויל איינער געבען א עצה אנשטאט קריטעקירען?


איך ווייס נישט וויאזוי צי POSTEN א בילד ,מקען נאר א URL.

קריטיק??? וויאזוי איז מעגליך צו העלפן איינעם אן וויסן דעם פראבלעם?

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 7:53 pm
דורך אייוועלט ארכיוו
אינסטאליר אן אנטי וויירוס, Microsoft Security Essentials, און דערנאך עפן דעם קאמפיוטער אין Safe Mode, ווען דו ביזט שוין אין סעיף מאוד, עפן אויף Microsoft Security Essentials (דערשרעק דיר נישט פון די שרייעדיגע ווערטער) און סעלעקט Full Scan, און דאן קליק אויף Scan Now, ווארט ביז עס ענדיגט זיך און זעה צו ער טרעפט עפעס. אויב האט ער עפעס געטראפן וועט ער עס אויסקלינען, דאן ריסטארט דיין קאמפיוטער און זעה צו דו האסט נאך דעם פראבלעם.
Untitled-1.jpg

וועסטו פרעגן, וואס איז דאס סעיף מאוד? זאג איך דיר שוין, אז סעיף מאוד איז א סארט וועג אנצוצינדן דעם קאמפיוטער מיט נאר די וויכטיגע חלקים כדי ס'זאל ארבעטן, למשל די סאונד וועט נישט ארבעטן אין סעיף מאוד, ווייל ס'איז נישט וויכטיג און די קאמפיוטער קען רוהיגערהייט ארבעטן אן דעם.

סעיף מאוד נוצט מען ווען די קאמפיוטער האט א וויירוס אדער אן אנדערע פראבלעם, עפענט מען דעם קאמפיוטער אין סעיף מאוד צו זעהן צו די פראבלעם איז מיטן קאמפיוטער אליין, אדער די פראבלעם איז עפעס א זייטיגע זאך (אין סעיף מאוד ארבעטן נישט די זייטיגע זאכן).

אויב איז עס א וויירוס, נעמט מען אן אנטי וויירוס און מען קלינט עס אויס; אויב איז עס עפעס אנדערש, אדער די וויירוס קומט צוריק אפילו נאכן אויסקלינען, דאן איז בעסער אז מען מאכט עס נישט אליין, נאר מען גייט צו א טעקנישען.

פאר סיי וועלכע פראגעס שעם דיר נישט און פרעג דעם עולם, ס'וועט אלס זיין איינער וואס וועט דיר העלפן - ביטע שרייב צוריק וואס די פראבלעם איז געווען ד.ה. וועלכע וויירוס די האסט געהאט.

צו עפענען דעם קאמפיוטער אין סעיף מאוד קענסטו נוצן מיין פראגרעם:

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:01 pm
דורך ווער בין איך?
דאס קומט אסאך מאל פון לאזן העווי פראגראם'ס (פאטאשאפ, אליסטרעיטער, אינדיזיין וכו') אפן פאר א לאנגע צייט.
ריסטארטן די קאמפיוטער האט אייביג געהאלפן פאר מיר.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:46 am
דורך country
איך ניצט נישט העווי פראגרעמס.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 2:17 pm
דורך משנה מקום
ער האט שוין געשריבען אויבען 3gig 2.60 useable