הילף: קאמפיוטער הייסט צומאכן אלעס וועגן מעמארי

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
country
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 12:53 am
לאקאציע: אין בהימ"ד

הילף: קאמפיוטער הייסט צומאכן אלעס וועגן מעמארי

תגובהדורך country » פרייטאג נובעמבער 16, 2012 11:15 am

מיין קאמפיוטער זאגט מיך איך זאל צי מאכען אלע פראגרעמס ווייל איך האב מער נישט מעמערי, וואס ברויך איך טוהן? ער מיינט נישט גיג וווייל איך האב נאך 100 ער מיינט ווארשיינלעך CPU.
"keep climbing,that's one fight you won't regret"

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג נובעמבער 16, 2012 12:07 pm

עס דארף ווען זיין א צעטל וואס מ'דארף אויספילן פאר מ'עפנט אזא אשכול. די שאלות זאל זיין בערך אזוי: וועלכע קאמפיוטער, מאדעל, ווינדאוס? אויב מעגליך א סקרין שאט פון די ערראר? האסטו עפעס אפדעיטעד אדער דאונלאעדאוד לעצטענס?? וכו' וכו'

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » פרייטאג נובעמבער 16, 2012 12:11 pm

און זיכער נישט לייגן א קעפל וואס זאגט גארנישט, למשל די אשכול האט געהייסן "ראטעוועט"


געלעגער האט געשריבן:עס דארף ווען זיין א צעטל וואס מ'דארף אויספילן פאר מ'עפנט אזא אשכול. די שאלות זאל זיין בערך אזוי: וועלכע קאמפיוטער, מאדעל, ווינדאוס? אויב מעגליך א סקרין שאט פון די ערראר? האסטו עפעס אפדעיטעד אדער דאונלאעדאוד לעצטענס?? וכו' וכו'

אזוי ווי מ'האט שוין לאנג געבעטן
ווען איינער דארף הילף אין סיי וואס זאל ער פרובירן צו דעסקרייבן זיין פראבלעם די מערסטע וואס איז שייך, נישט אז א האלב אשכול זאל מען זיין ביזי נאר צו פארשטיין די פראבלעם, מ'קען עס אסאך זעהן ביי די גרויסע פארומס, דאס הייסט ביי קאמפיוטער למשל, זאל מען גלייך זאגן וואסערע מאשין וואסערע אפערעטינג סיסטעם וכדו' וכו' די זעלבע זאך איז ביי ולאחיו.

אוועטאר
country
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 12:53 am
לאקאציע: אין בהימ"ד

תגובהדורך country » פרייטאג נובעמבער 16, 2012 12:34 pm

וויל איינער געבען א עצה אנשטאט קריטעקירען?


איך ווייס נישט וויאזוי צי POSTEN א בילד ,מקען נאר א URL.
לעצט פאראכטן דורך country אום פרייטאג נובעמבער 16, 2012 1:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"keep climbing,that's one fight you won't regret"

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג נובעמבער 16, 2012 12:49 pm

די ווייסט וויפעל סיסטעם רעם די האסט?

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » פרייטאג נובעמבער 16, 2012 12:51 pm

"country"]וויל איינער געבען א עצה אנשטאט קריטעקירען


;l;p-
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
country
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 12:53 am
לאקאציע: אין בהימ"ד

תגובהדורך country » פרייטאג נובעמבער 16, 2012 1:03 pm

משנה מקום האט געשריבן:די ווייסט וויפעל סיסטעם רעם די האסט?


3gig 2.60 useable
"keep climbing,that's one fight you won't regret"

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג נובעמבער 16, 2012 1:08 pm

טאמער ניצטו נישט קיין העווי פראגרעמס איז זייער מעגליך אז סאיז א ווירוס

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג נובעמבער 16, 2012 1:28 pm

country האט געשריבן:וויל איינער געבען א עצה אנשטאט קריטעקירען?


איך ווייס נישט וויאזוי צי POSTEN א בילד ,מקען נאר א URL.

קריטיק??? וויאזוי איז מעגליך צו העלפן איינעם אן וויסן דעם פראבלעם?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מוצ"ש נובעמבער 17, 2012 7:53 pm

אינסטאליר אן אנטי וויירוס, Microsoft Security Essentials, און דערנאך עפן דעם קאמפיוטער אין Safe Mode, ווען דו ביזט שוין אין סעיף מאוד, עפן אויף Microsoft Security Essentials (דערשרעק דיר נישט פון די שרייעדיגע ווערטער) און סעלעקט Full Scan, און דאן קליק אויף Scan Now, ווארט ביז עס ענדיגט זיך און זעה צו ער טרעפט עפעס. אויב האט ער עפעס געטראפן וועט ער עס אויסקלינען, דאן ריסטארט דיין קאמפיוטער און זעה צו דו האסט נאך דעם פראבלעם.
Untitled-1.jpg

וועסטו פרעגן, וואס איז דאס סעיף מאוד? זאג איך דיר שוין, אז סעיף מאוד איז א סארט וועג אנצוצינדן דעם קאמפיוטער מיט נאר די וויכטיגע חלקים כדי ס'זאל ארבעטן, למשל די סאונד וועט נישט ארבעטן אין סעיף מאוד, ווייל ס'איז נישט וויכטיג און די קאמפיוטער קען רוהיגערהייט ארבעטן אן דעם.

סעיף מאוד נוצט מען ווען די קאמפיוטער האט א וויירוס אדער אן אנדערע פראבלעם, עפענט מען דעם קאמפיוטער אין סעיף מאוד צו זעהן צו די פראבלעם איז מיטן קאמפיוטער אליין, אדער די פראבלעם איז עפעס א זייטיגע זאך (אין סעיף מאוד ארבעטן נישט די זייטיגע זאכן).

אויב איז עס א וויירוס, נעמט מען אן אנטי וויירוס און מען קלינט עס אויס; אויב איז עס עפעס אנדערש, אדער די וויירוס קומט צוריק אפילו נאכן אויסקלינען, דאן איז בעסער אז מען מאכט עס נישט אליין, נאר מען גייט צו א טעקנישען.

פאר סיי וועלכע פראגעס שעם דיר נישט און פרעג דעם עולם, ס'וועט אלס זיין איינער וואס וועט דיר העלפן - ביטע שרייב צוריק וואס די פראבלעם איז געווען ד.ה. וועלכע וויירוס די האסט געהאט.

צו עפענען דעם קאמפיוטער אין סעיף מאוד קענסטו נוצן מיין פראגרעם:
צוגעלייגטע
Restart_In_SafeMode.zip
(121.02 KiB) דאונלאודעד 104 מאל

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג נובעמבער 18, 2012 11:01 pm

דאס קומט אסאך מאל פון לאזן העווי פראגראם'ס (פאטאשאפ, אליסטרעיטער, אינדיזיין וכו') אפן פאר א לאנגע צייט.
ריסטארטן די קאמפיוטער האט אייביג געהאלפן פאר מיר.

אוועטאר
country
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 12:53 am
לאקאציע: אין בהימ"ד

תגובהדורך country » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 10:46 am

איך ניצט נישט העווי פראגרעמס.
"keep climbing,that's one fight you won't regret"

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 1:23 pm

וויפיל RAM האסטו (צו טשעקן גיי צו קאנטראל פאנעל> סיסטעם)

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 2:17 pm

ער האט שוין געשריבען אויבען 3gig 2.60 useable


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט