בלאט 1 פון 2

פארקויפן א גענוצטע קאמפיוטער

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 3:12 pm
דורך אלס פארשטייער
איך האב לעצטענס געסוויטש פון פיסי צו מעק, און געבליבן שטעקן מיט א גוטע (טייערע) פי סי וואס איך נוץ נישט. וויל איך וויסן צו עס איז דא געשעפט וואס קויפט אפ גענוצטע קאמפיוטערס. איך לייג ארויף די ספעקס איך בין נייגעריג וויפיל עס נאך היינט ווערט.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 3:35 pm
דורך משנה מקום
סתם פאר נייגרקייט וואספארא גרעפיסקס קארד האט עס
אויך אפשר איז א גוטע עיצה זאלסט ווארטען אביסעל אפשר וועסטו וועלען צריקגיין צי א פי סי

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 3:42 pm
דורך אלס פארשטייער
משנה מקום האט געשריבן:סתם פאר נייגרקייט וואספארא גרעפיסקס קארד האט עס
אויך אפשר איז א גוטע עיצה זאלסט ווארטען אביסעל אפשר וועסטו וועלען צריקגיין צי א פי סי

צוריק גייט א קאזע...

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 3:45 pm
דורך יוראפ
תתחדש צום נייעם קאמפיוטער

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 3:52 pm
דורך אלס פארשטייער
יוראפ האט געשריבן:תתחדש צום נייעם קאמפיוטער

טענקס, שוין באלד א יאר..

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 3:54 pm
דורך יוראפ
וואס האסטו עס געהאלטן אזוי לאנג, עפשער דעמאלטס וואלסטו געקענט באקומען א גוטן פרייז

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 3:55 pm
דורך אלס פארשטייער
יוראפ האט געשריבן:וואס האסטו עס געהאלטן אזוי לאנג, עפשער דעמאלטס וואלסטו געקענט באקומען א גוטן פרייז

יעצט ארבייט איך נישט און איך האב צייט צו טראכטן דערוועגן....

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 4:00 pm
דורך יוראפ
דערוילעם איז היינט ביים שטורעם, לייג עס דארט אריין וועסטו מסתם האבן אפאר קונים

מער אדווערטיימענטס וועט נאכפאלגן נאך די קורצע נייעס...

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 4:04 pm
דורך אלס פארשטייער
יוראפ האט געשריבן:דערוילעם איז היינט ביים שטורעם, לייג עס דארט אריין וועסטו מסתם האבן אפאר קונים

מער אדווערטיימענטס וועט נאכפאלגן נאך די קורצע נייעס...

:o

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 9:49 pm
דורך וואסהאלטסטו
און וועלעכע range פרייז ווילסטו דערפאר???

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 9:57 pm
דורך אלס פארשטייער
וואסהאלטסטו האט געשריבן:און וועלעכע range פרייז ווילסטו דערפאר???

$800

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 10:18 pm
דורך תרגום יונתן
זייער א ביליגע פרייז פאר אזא כלי.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 1:11 am
דורך שמעק_טאביק
20 גיג מעמארי! וואס קען מען טון מיט אזויפיל?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 9:08 am
דורך בלעקבערי פען
שמעק_טאביק האט געשריבן:20 גיג מעמארי! וואס קען מען טון מיט אזויפיל?

שווערע פראגרעמס ניצען גערען אזוי פיל

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 3:46 pm
דורך יואל שווארטץ
יעצט בין איך נייגעריג וואסערע מעק דו האסט געקויפט.
אויב מיט די זעלבע ספעקס, האסטו מסתם געצאלט איבער צען טויזענט טאלער.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 6:43 pm
דורך שמעק_טאביק
בלעקבערי פען האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:20 גיג מעמארי! וואס קען מען טון מיט אזויפיל?

שווערע פראגרעמס ניצען גערען אזוי פיל

בכלל נישט.
און אז דו גיסט א קוק אויפן בילד, קענסטו זעהן ווי ער לייענט ניטאמאל מער פון 16. די איבריגע 4 איז א ברכה לבטלה.
אויב ארבעטסטו פאר נאסא פארשטיי איך פארוואס דו דארפסט אזויפיל מעמארי, אבער א פשוט'ער מענטש?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 7:02 pm
דורך תרגום יונתן
ווילסט טאקע א בילד פון מיינס? ער עסט אויף דעם צוואנציגער פאר פרישטאג.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 7:59 pm
דורך ווער בין איך?
תרגום יונתן האט געשריבן:ווילסט טאקע א בילד פון מיינס? ער עסט אויף דעם צוואנציגער פאר פרישטאג.


עקשועלי, יא. איך וויל זעהן דיינע ספעקס.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 8:19 pm
דורך אלס פארשטייער
שמעק_טאביק האט געשריבן:20 גיג מעמארי! וואס קען מען טון מיט אזויפיל?

מאך אויף די בראזער, אינדיזיין, איליסטרעטער,א גרויסע דאקאמענט אין פאטאשאפ און ראן א ליקוועפיי פילטער... און קום מיר נאכדעם זאגן....

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 8:20 pm
דורך אלס פארשטייער
יואל שווארטץ האט געשריבן:יעצט בין איך נייגעריג וואסערע מעק דו האסט געקויפט.
אויב מיט די זעלבע ספעקס, האסטו מסתם געצאלט איבער צען טויזענט טאלער.

מאך דיר טאמעוואטע...

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 3:07 pm
דורך תרגום יונתן
ווער בין איך? האט געשריבן:
תרגום יונתן האט געשריבן:ווילסט טאקע א בילד פון מיינס? ער עסט אויף דעם צוואנציגער פאר פרישטאג.

עקשועלי, יא. איך וויל זעהן דיינע ספעקס.

דא האב איך בקיצור געשריבן דערוועגן. איך האב טאקע א 3930K, מיט 64GB רעם און צוויי שנעלע SSDs אין RAID 0.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 8:04 pm
דורך בחורהזעצער
איינער איז דא פאראינטערעסירט צו קויפן א גענוצטע איימעק?

איך האב עס צו פארקויפן, עס איז אין מוראדיגע גוטע קאנדישאן, כמעט נישט גענוצט (בערך א האלבע יאר, נישט קיין 9 שעה א טאג).

עס איז אינסטאלט ווינדאוס סעווען (דאס קען זיין אינטערעסאנט פאר איינער וואס וויל נוצן ווינדאוס אינאיינעם מיט עפל'ס שיינע הארדווער {ווי למשל די גלאזערנע צודעק אויפן סקרין}), און סיי אויפן מעק און סיי אויף ווינדאוס איז אינסטאלט אדובי סי עס פייוו (נישט די מידעל איסטערען) און מס אפיס.

די ביידע אפערעטינג סיסטעמען איז נאכאמאל אינסטאלט, ד.מ. אז די סאפטווער איז שפאגל ניי, גארנישט גענוצט. (ביי די מעק נוצט ער נאך לעעפארד - מיט וואס ער איז לכתחילה געקומען בשעת'ן קויפן, אבער איך האב געקויפט לייאן, איך קען עס גערן איבערגעבן פאר קונה צו אינסטאלן {פארשטייט זיך נאר מיט א גוטע אינטערנעט קאנעקשאן, עס איז בערך 4 גיג}).

עס איז ווארשיינליך די ווערסיע וואס ווערט דא באשריבן, עס איז אייטרי פראסעסער, 500 הארד דרייוו.

א פרייז האב איך נאכנישט געהעריג אפגעמאכט, אדרבה וואס האלט דער עולם וואסער פרייז קען מען פאר דעם בעטן?

אז עס איז אינטערעסאנט פאר איינעם זאל ער מיר שיקן אן אימעיל, אדער א פריוואטע הודעה.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:09 am
דורך זייט ערליך
איך זיך פאר $500

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:12 pm
דורך בחורהזעצער

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:25 pm
דורך בחורהזעצער