בלאט 1 פון 2

Keylogger

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 5:10 pm
דורך ווער בין איך?
איינער דא קען זיך אפשר אויס מיט קילאגגערס?
איך וויל אויסטעסטן אזאנס אויף מיין מאשין - זעהן ווי גוט ס'ארבעט און ווי גוט באהאלטן עס איז פונעם יוזער.
איך וויל אבער נישט אריינפאלן מיט קיין וויירוס.
בעסער אויב איז דא א בחינם'דיגע, אויב נישט איז איינס פאר געלט אויך גוט און איך וועל עס אליינס באקומען.

יישר כח

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:41 pm
דורך פאטאקי08
http://www.eblaster.com/
דאס איז מוראדיג גוט העריך זאגן

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:52 pm
דורך ירוחם
פאטאקי08 האט געשריבן:http://www.eblaster.com/
דאס איז מוראדיג גוט העריך זאגן

K9 קאטאגאריזירט עס אלס Spyware / Malware Sources

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:57 pm
דורך למעלה משבעים
א דבר פשוט אז ער לייגט דאס אריין אין די קעטעגארי, ווייל יעדע קילאגער איז א שפיאן.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:24 pm
דורך leiby
אייך האב געהאט גוטע עקפיריענס מיט ריפאג, אבער דא זעה איך אס ער האט נישט קיין גוטע רעטינג, קוק אביסל דורך די ליסט ביז דו טרעפסט איינס וואס שמעקט דיר
http://download.cnet.com/windows/monito ... /?tag=page

viewtopic.php?f=52&t=16208

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:04 am
דורך גוגל
לכתחילה זיי מיר מסביר וואס איז דאס קילאגער? און פארוואס דארף מען דאס?
(איך גלייב אז נאך מענטשן וועלן זיין אינטערסירט)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 10:52 am
דורך דעת זקנים
גוגל האט געשריבן:לכתחילה זיי מיר מסביר וואס איז דאס קילאגער? און פארוואס דארף מען דאס?
(איך גלייב אז נאך מענטשן וועלן זיין אינטערסירט)

ווילאנג דו ווארטסט אויף לכתחילה'ס הסבר, כאפ א בליק דא אין וויקיפידיע.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:33 pm
דורך גוגל
דעת זקנים האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:לכתחילה זיי מיר מסביר וואס איז דאס קילאגער? און פארוואס דארף מען דאס?
(איך גלייב אז נאך מענטשן וועלן זיין אינטערסירט)

ווילאנג דו ווארטסט אויף לכתחילה'ס הסבר, כאפ א בליק דא אין וויקיפידיע.

blocked
white list

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:04 pm
דורך לכתחילה אריבער
גוגל האט געשריבן:
דעת זקנים האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:לכתחילה זיי מיר מסביר וואס איז דאס קילאגער? און פארוואס דארף מען דאס?
(איך גלייב אז נאך מענטשן וועלן זיין אינטערסירט)

ווילאנג דו ווארטסט אויף לכתחילה'ס הסבר, כאפ א בליק דא אין וויקיפידיע.

blocked
white list

Keylogger איז א פראגראם, דאס הייסט א סאפטוועיר, וואס איז א שפיאן אויף די קיבארד, עס טוט דעקאדירן אלס וואס ווערט געקלאפט אויפן קיבארד פונעם קומפיוטער ווי די Keylogger איז אינסטאלד.

דערנאך נעמט עס די אינפארמאציע און לייגט עס אריין אין א טעקס פייל, און אז איר עפענט די פייל, קענט איר זעהן אלס וואס איז געקלאפט געווארן אויפן קומפיוטער.

דאס איז געמאכט - פאר ווער עס וויל עס יוזן ערליך - פאר א בעה"ב וואס וויל זעהן וואס זיינע ארבייטער טיען, און וועלכע סייטס זיי גייען (פארשטייט זיך אז אזעלעכע סייטס וואס זענען אין "פעיוורעטס" העלפט עס נישט, ווייל מען קלאפט נישט דעם קיבארד) און אויב זיי האבן פרייוואטע אימעיל'ס באקומט ער אויף דעם אויפן זייערע פעסווארד'ס (לייג אין די זייט, צו עס איז עטיש) אא"וו.

די וויירוס וועלט נישט עס אויך. אז עס געלינגט זיי אריינצולייגן אין א קומפיוטער א Keylogger וויירוס, וועלן זיי נאכדעם קאלעקטען דיינע אימעיל אדרעסען מיט די פעסווארדס, און ניצן דיין קאנטע צו שיקן וויירוסעס צו אנדערע מענטשען, און טאקע צו דיינע באקאנטע, וואס וועלן עפענען די פייל, ווייל ער טראסט דיך, און די וועסט ווערן געבלעמט, און נישט זיי. אויך האבן זיי דיין קאנטאקט ליסטע, וואס זיי פארקויפן פאר ספעמערס.

און בעיקר, נעמען זיי דיין באנק אינפא, ריקען זיך אריין אין דיין באנק קאנטע, און מאכן שווארץ שבת, אדער נעמען זיי דיי קרעדיט קארד, וואס דו האסט נעכטען אריינגעקלאפט ביי עמעזאן למשל, און קויפן איין גאלערעטע מיט פרישע לעבער לכבוד יו"ט.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:16 pm
דורך דעת זקנים
גוגל, חזק ואמץ.
ש'כח לכתחלה פאר די שיינע הסבר, אגב פון די אויבערדערמאנטע וויקיפידיע זעהט אויס אז ס'איז דא פארשידענע סארטן קילאגערס, וועלכע קענען גנב'נען מיין אינפארמאציע בשעת'ן סאבמיטן אן אויסגעפילטער פארם מיט אינפארמאציע ווי למשל לאג-אין יוזערנעים און פעסווארד, קרעדיט קארד אפפליקעישן וכדו' אפי' כ'האב נישט אריינגעקלאפט יעצט מיין אינפארמאציע נאר אוטאמאטיש דורך Autofill וכדו' נאך פארשידענע סארטן איינס בעסער [ערגער] פון צווייטן.

אן צופיל פארפארן פונעם נושא (ווער בין איך ווארט נאך אפשר אויף הילף) איז דא עפעס אן אופן איך זאל קענען זעהן צו א ספעמער/העקער האט מיר נישט ערגעצוואו אריינגעריקט אזא שטיקל, כ'מיין איז גענוג א פשוט'ע אנטי וויירוס דערפאר אדער דארף איך עפעס בעסער עס צו דערשנאפן אדער גאר העלפט גארנישט דערפאר?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:57 pm
דורך משנה מקום
דעת זקנים האט געשריבן:גוגל, חזק ואמץ.
ש'כח לכתחלה פאר די שיינע הסבר, אגב פון די אויבערדערמאנטע וויקיפידיע זעהט אויס אז ס'איז דא פארשידענע סארטן קילאגערס, וועלכע קענען גנב'נען מיין אינפארמאציע בשעת'ן סאבמיטן אן אויסגעפילטער פארם מיט אינפארמאציע ווי למשל לאג-אין יוזערנעים און פעסווארד, קרעדיט קארד אפפליקעישן וכדו' אפי' כ'האב נישט אריינגעקלאפט יעצט מיין אינפארמאציע נאר אוטאמאטיש דורך Autofill וכדו' נאך פארשידענע סארטן איינס בעסער [ערגער] פון צווייטן.

אן צופיל פארפארן פונעם נושא (ווער בין איך ווארט נאך אפשר אויף הילף) איז דא עפעס אן אופן איך זאל קענען זעהן צו א ספעמער/העקער האט מיר נישט ערגעצוואו אריינגעריקט אזא שטיקל, כ'מיין איז גענוג א פשוט'ע אנטי וויירוס דערפאר אדער דארף איך עפעס בעסער עס צו דערשנאפן אדער גאר העלפט גארנישט דערפאר?

נישט אלע קילאגערס זענען סאפטווער וואס פארשטייט זיך אז אן אנטי ווירוס קען נישט טרעפען א קילאגער וואס איז אריינגעבויט אין א קיבורד

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 4:31 pm
דורך גוגל
לכתחילה איך האב געוויסט אז די גייסט מיר נישט אנטוישן
ווען איך וואלט אויסגעהערט מיינע רבי'ס מיט דארשט אזוי ווי איך ליין דיינע שורות וואלט איך סאך בעסער אויסגעזעהן

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 4:57 pm
דורך דעת זקנים
משנה מקום האט געשריבן:נישט אלע קילאגערס זענען סאפטווער וואס פארשטייט זיך אז אן אנטי ווירוס קען נישט טרעפען א קילאגער וואס איז אריינגעבויט אין א קיבורד

ווילסטו מיר זאגן אז ס'איז גאר דא א מעגליכקייט אז אלעס וואס איך טייפ קומט אן צו אומגעוואונטשענע עלעמענטן, אנדעם וואס כ'זאל אמאל געוואור ווערן דערפון?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:43 pm
דורך ווער בין איך?
יישר כח פאר יעדן'ס הילף. איך וועל עס אויספראבירן ווען איך וועל האבן צייט.

_____________

איז דא אזא זאך ווי א קילאגגער פאר ענדרויד פאונס?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:56 pm
דורך פאטאקי08
דעת זקנים האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:נישט אלע קילאגערס זענען סאפטווער וואס פארשטייט זיך אז אן אנטי ווירוס קען נישט טרעפען א קילאגער וואס איז אריינגעבויט אין א קיבורד

ווילסטו מיר זאגן אז ס'איז גאר דא א מעגליכקייט אז אלעס וואס איך טייפ קומט אן צו אומגעוואונטשענע עלעמענטן, אנדעם וואס כ'זאל אמאל געוואור ווערן דערפון?

אי בלעסטער זאגן זיי איז נישט מעגליך צי געוואר ווערן סתם אזוי אויב דו קענסט נישט ווינדאויס דורך און א דורך

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:04 pm
דורך leiby
אדער אויב דו קענסט גוט די פראסעס פון אי בלעסטער.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:16 pm
דורך פאטאקי08
ווער בין איך? האט געשריבן:איז דא אזא זאך ווי א קילאגגער פאר ענדרויד פאונס?

http://www.eblaster.com/eblaster-mobile.html

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:28 pm
דורך דעת זקנים
ש'כח פאטאקי און לייבי, סאו וואס זענען די אלע אנטי-קילאגגערס וואס זענען עוועילעבל אויפן מארק? העלפן זיי נאר למחצה לשליש אדער זענען ווערט א כרפס (למאן דאוכלים רעטעך)?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 9:15 pm
דורך גוגל
וועלכע קילאגער וואלסטו ריקאמאנדירט?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 9:19 pm
דורך leiby
און א הסבר אביסל ווייל א קילאגער וואס איינער אינסטאלד ביי דיר קען ער אויך אריינגיין אין די אנטי וויירוס און אריינלייגן אז די פראגראם זאל ער לאזן לויפן.
דזשאסט איין וועג וואס יענער קען טיהן.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:15 pm
דורך פאטאקי08
סאיז דא שפיאנען וואס מען קען אינסטאלן רימאוטלי
דאס הייסט דער באס דארף אפילו נישט האבן ציטריט צום ארבייטערס קאמפיוטער צי קענען אינסטאלן די ספיי

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:06 am
דורך leiby
למשל network monitor employee

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:39 am
דורך דעת זקנים
דאנקע פארן אויסקלארן, כ'פארשטיי אז אנטי וויירוס נישט, אבער זענען די אנטי קילאגגערס נישט געמאכט טאקע דערפאר צו דערשפירן א בעסער אריינגעכאפטע קילאגגער?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:00 pm
דורך דעת זקנים
נישט אלע מאכן א גוטן דזשאב, זעה דא
א דאנק פאר די לינק, זעהט אויס צו זיין אונטערעסאנט.

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 9:58 am
דורך הצדיק
און אויב מיינט איר אז נאר מיט א קילאגגער קען מען זעהן אלעס וואס איר טייפט, קוקט דא און ס'וועט אייך כאפן א שרעק וואס מ'קען אלס טון.

ועיין עוד בוויקי
Wow