בלאט 1 פון 1

לענגוויטש אין די טעסק באר

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2012 5:36 pm
דורך און וואס נישט
שוין א שטיק צייט וואס איך האב זיך דערזען אן די לענגויטש אפשען אין די טעסק באר אונטען פון דעם קאמפיוטער, נאך א גרונטליכע אונטערזיכונג האב איך געטראפען אן עצה אז מען לייגט אריין דעם ווארט CTFMON.EXE אין די run אפשען און עס איז גלייך צוריק געקומען, די פראבלעם איז אז עס איז צוריק געקומען די פראבלעם (בערך נאך א וואך), היינט האב איך עס נאכאמאל אריין געלייגט און עס איז צוריק געקומען די לענגויטש, זעי איך אז איך האב נישט עוקר מן השורש געווען די פראבלעם, איז אויב איינער ווייסט וואס די עכטע עצה וועט עס לכאורה העלפען א סאך אידן (איך וועל נישט זיין סופרייזט ווען א גרויסע עולם וועט זיך אונרופען אז זיי האבן די זעלבע פראבלעם ווייל ווי עס קוקט מיר אויס מוטשענען זיך א סאך מענטשען דערמיט)

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2012 9:04 pm
דורך למעלה משבעים
ווען ווערט עס נעלם, אפי' די ריסטארט'סט נישט דיין קאמפיוטער? אדער דווקא נאכן ריסטארטן ? אויב נאכן ריסטארטן, האסטו פראבירט מעניולי עס צוריק אנצוצינדן אזוי ווי עס שטייט אין די לינק וואס דו ברענגסט? אויב האט נישט געהאלפן די זאכן וואס שטייט אין יענעם לינק, פראביר דאס.

גיי דא

קאוד: וועל אויס אלע

%userprofile%\AppData\Roaming\Microsoft\Windows\Start Menu\Programs\Startup

רייט-קליק גיי צו New מאך א נייע שורט-קוט, ער גייט דיר בעטן וואס אריין צולייגן, לייג דאס.

קאוד: וועל אויס אלע

C:\Windows\System32\ctfmon.exe

ריסטארט.
העלפט? אויב יעצט זעסטו עס נאך אלץ נישט פראביר יעצט עס אנצוצידן מעניולי, גייט? אויב נישט, ווייס איך דערווייל נישט קיין עצה פארדיר.

געשריבן: פרייטאג יולי 13, 2012 11:37 am
דורך און וואס נישט
שכוח "למעלה משבעים"
די פראבלעם איז טאקע צוריק געקומען נאכען ריסטארטען די קאמפיוטער
איך האב געטון וואס די האסט געשריבן (די שארקאט) איך האב ריסטארט און עס ארבעט פיין לאמיר האפען אז עס וועט אן האלטען

אגב: אפשר ביסטו מסביר וואס די פראבלעם און פון וואס קומט עס, און וואס האט געהאלפען די שארקאט?

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2012 8:06 pm
דורך און וואס נישט
איז פארוואס קומט עס צוריק ווען איך לייג אריין CTFMON.EXE ?
און דאס אז איך האב געמאכט דאס וואס למעלה משבעים האט געזאגט מיט די שארטקארט מיינט אז עס איז שוין אריין און די סיסטעם???
אגב: איך געדענק נישט אז איך זאל האבן עפעס אויס געמעקט (ווען יא וואלט איך לכאורה געוויסט דערפון)

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2012 8:24 pm
דורך און וואס נישט
למעלה משבעים
photo.JPG
photo.JPG (9.09 KiB) געזען 2592 מאל

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2012 9:06 pm
דורך משנה מקום
אויב ווילסטו סזאל זיין אזוי ווי סבלאנגט לייג עס צי אין די רעטשעסטרי ביי HKEY_CURRENT_USER\Software\Microsoft\Windows\CurrentVersion\Run
קענסט עס טון דורך מיין סקריפט

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2012 9:10 pm
דורך למעלה משבעים
אין די לינק וואס ער צייכנט צו אין די ערשטע תגובה שטייט ער זאל טון וואס די זאגסט, איך האב פארשטאנען פון אים אז דאס העלפט נישט. האב איך עס אליין פראבירט צו זען צו ער גייט זיין אין די סטארטאפ און נאכן צו לייגן אין די רעדזשעסטרי איז עס נישט דארט געווען, אבער דורך די שורט-קוט איז עס יא געווען אין די סטארטאפ.

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2012 9:12 pm
דורך און וואס נישט
איז די שארטקארט האט עס אריין געלייגט אינעם ריכטיגען פלאץ ?

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2012 9:14 pm
דורך משנה מקום
למעלה משבעים האט געשריבן:אין די לינק וואס ער צייכנט צו אין די ערשטע תגובה שטייט ער זאל טון וואס די זאגסט, איך האב פארשטאנען פון אים אז דאס העלפט נישט. האב איך עס אליין פראבירט צו זען צו ער גייט זיין אין די סטארטאפ און נאכן צו לייגן אין די רעדזשעסטרי איז עס נישט דארט געווען, אבער דורך די שורט-קוט איז עס יא געווען אין די סטארטאפ.

אופס איך האב עס נישט געזען

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2012 9:19 pm
דורך למעלה משבעים
און וואס נישט האט געשריבן:איז די שארטקארט האט עס אריין געלייגט אינעם ריכטיגען פלאץ ?

באמת די פראגרעם וואלט זיך געדארפט אנצינדן ווען דו צינדסט אן דיין קאמפיוטער, נאר זעט אויס עפעס א סיבה האלט אים צוריק, אדער לעשט ער זיך אויס.
מיט דעם וואס מען לייגט אים אין די רעדזשעסטרי, אדער אין די סטארטאפ, צינד ער זיך אן ווען די צינדסט אן דיין קאמפיוטער.