בלאט 1 פון 1

די מאדנע קערעקטערס וואס שטייען אנשטאט אידישע אותיות

געשריבן: פרייטאג יוני 15, 2012 4:10 am
דורך מי חכם
מסתמא יעדער איינער האט זיך שוין אנגעשטויסן ווען א מאשין, זאל עס זיין א טעלעפאן צי א פראגראם אויפן קאמפיוטער וואס אנשטאט ליינען אידיש, שרייבט ער עפעס כינעזישע קערעקטערס. עס איז קלאר אז דאס איז נישט אין די וועלט אריין; יעדער קערעקטער רעפרעזענטירט באמת אן אות (פרעג מיר נישט פארוואס אויב ער קען ליינען וואס דער קערעקטער איז, זאל ער עס נישט קענען אהערשטעלן בלשון המדוברת, כ'מיין מען רעדט דאך דא פון כלים וואס קענען בעצם יא ליינען און דיספלעיען אידיש. און באמת לכאורה, כל מעשי הקאמפיוטער כך היא, ער ליינט אפ פארשידענע רמזים און ברוב חכמתו שטעלט ער עס אהער פארן ליינער אויף דעם שפראך וואס דער ליינער גלייכט. תיקו).

סאו, ווער ווייסט וואו איך קען זיך אויסלערנען דעם שפראך? פיל בעסער אויב עס איז דא א פראגראם למשל וואס זאל מיר טרענסעלעיטן איבעראל ווי דער גולם פארשטייט נישט אליינס דאס צו טון. אבער אויב אזוינס איז נישטא, לפחות זאל איך אליינס קענען אויסקראצן וואס דער ווארט מיינט. ווער ווייסט? אפשר וועל איך נאך איין טאג ענדזשויען דעם כתב (עברי אפשר?) מער ווי די געווענליכע...

געשריבן: פרייטאג יוני 15, 2012 7:33 am
דורך פ' לך לך
אז די ווייסט בערך א וואס דארט שטייט, א ווארט דא א ווארט דארט, קענסטו פרובירן מאכן א SEARCH AND REPLACE אויף די קערעקטערס, דהיינו אז די טוישט די קרעקטער וואס רעפרעזאנטירט א 'א' מיט א 'א' א.א.וו.

געשריבן: פרייטאג יוני 15, 2012 11:16 am
דורך לכל זמן
פרוביר דא
rishida.net/tools/conversion/

געשריבן: פרייטאג יוני 15, 2012 11:43 am
דורך מי חכם
יישר כח לכל זמן. דער פראבלעם איז, ער איז מיר מסביר וואס דאס איז באמת, צ.ב.ש. אויף דעם: "é" איז ער מיר מסביר אז דאס איז א לאטיינישער אות e, נאר מיט אן איבערשטרעכעלע. ער זאגט מיר נישט וואס דאס שטייט פאר. קיינער האט נישט קיין ליסטע פון די אלע אויתיות מיט די טייטש?

צוזאמענגעשטעלט א ליסטע!

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2013 2:38 pm
דורך קנאפער ידען
איך האב צוזאמענגעשטעלט אזא ליסטע און כ'וועל עס דא פרעזענטירן!!
ווי איר וועט זעהן אז צוויי אותיות ווייסעך נאכנישט מיט וועלכע קערעקטערס זיי ווערן פרעזענטירט, איז אויב ווייסט איר יענס, אדער פאר סיי וועלכע הערות אויפן רשימה מעלדט מיר אין אישי.
PicsArt_1362940666849.jpg
קערעקטערס ליסט
PicsArt_1362940666849.jpg (25.71 KiB) געזעהן 2312 מאל

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2013 2:40 pm
דורך סביב העולם
יישר כח מ'גיימיר איצטעט לעזן אפאר דוקמענטן אין מיין באזיץ פון דיזען שפראך

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2013 3:01 pm
דורך מי חכם
גם אני בחלומי האב איך זיך געמוטשעט און צוזאמען געשטעלט א ליסטע, נאר נאכן אריין פעיסטן אין גוגל אפאר פון די אותיות האט ער מיר גראד געשיקט צו אפאר סייטס וואס האבן די גאנצע ליסטע, איך האב מיך געפילט אזוי טו סענטס אז ניטאמאל די לינק צו יענע פעיזש האב איך ארויפגעלייגט דא. (און דערמיט גורם געווען דו זאלסט דיך עקסטער דארפן מוטשענען :( )

בכלל האט מיר אויסגעקוקט אז דער עולם דא ליידט בכלל נישט אויף דעם פראבלעם.

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2013 3:12 pm
דורך קנאפער ידען
דא האט איר א לינק צו מיין דראפבאקס אקאונט דאונצולאודן אביסל א קלאראר בילד [דער סיסטעם האט מיר געשריבן דערויף "בילד נישט ערלויבט" איין באשעפער ווייסט פארוואס]
https://www.dropbox.com/s/fg6vm92pfr4qs ... actars.JPG

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2013 7:12 am
דורך קנאפער ידען
מי חכם האט געשריבן:גם אני בחלומי האב איך זיך געמוטשעט און צוזאמען געשטעלט א ליסטע, נאר נאכן אריין פעיסטן אין גוגל אפאר פון די אותיות האט ער מיר גראד געשיקט צו אפאר סייטס וואס האבן די גאנצע ליסטע, איך האב מיך געפילט אזוי טו סענטס אז ניטאמאל די לינק צו יענע פעיזש האב איך ארויפגעלייגט דא. (און דערמיט גורם געווען דו זאלסט דיך עקסטער דארפן מוטשענען :( )
בכלל האט מיר אויסגעקוקט אז דער עולם דא ליידט בכלל נישט אויף דעם פראבלעם.

לינק כאטש יעצט אהין! אפשר וועט זיין עפעס א חידוש!

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2013 10:01 am
דורך leiby
א דאנק, ס'קומט גוט צוניץ פאר ניגונים וואס זענען מיר געווארן פארטוישט.

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 9:28 am
דורך קנאפער ידען
מי חכם האט געשריבן:גם אני בחלומי האב איך זיך געמוטשעט און צוזאמען געשטעלט א ליסטע, נאר נאכן אריין פעיסטן אין גוגל אפאר פון די אותיות האט ער מיר גראד געשיקט צו אפאר סייטס וואס האבן די גאנצע ליסטע, איך האב מיך געפילט אזוי טו סענטס אז ניטאמאל די לינק צו יענע פעיזש האב איך ארויפגעלייגט דא. (און דערמיט גורם געווען דו זאלסט דיך עקסטער דארפן מוטשענען :( )

בכלל האט מיר אויסגעקוקט אז דער עולם דא ליידט בכלל נישט אויף דעם פראבלעם.

גם אני בחלומי האב פראבירט יעצט דעם מיטל ולא עלתה בידי, איז אפשר צייכענסטו צו וואו די האסט עס געטראפן?! מיין ליסטע איז דאך נישט דערווייל ערגענצט!

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2013 11:33 pm
דורך לב טוב
איך מיין אז די סאלושן איז א סעטינג אין ווינדאוס
אין ווינדאוס 7:
control panel
region and language
סעלעקט די administrative tab
דריקט די באטאן change system locale
פון די ליסט סעלעקט hebrew
מ'דארף געווענדליך ריסטארטן נאכדעם.

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2013 12:03 am
דורך למעלה משבעים
לב טוב האט געשריבן:איך מיין אז די סאלושן איז א סעטינג אין ווינדאוס
אין ווינדאוס 7:
control panel
region and language
סעלעקט די administrative tab
דריקט די באטאן change system locale
פון די ליסט סעלעקט hebrew
מ'דארף געווענדליך ריסטארטן נאכדעם.

אוודאי אזוי, אבער דאס איז נאר פון יעצט און ווייטער, אלטע פייל'ס וואס האבן די מאדנע קערעקטער'ס וועט זיך נישט צוריק טוישן.
די פראבלעם מיטן אזוי אנשטעלן איז אז אלעס לויפט אויף אידיש, און איינער וואס איז געוואוינט אלעס אויף ענגליש קען עס זיין גאנץ שווער.

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2013 8:07 am
דורך קנאפער ידען
אז מ'רעדט דא וועגן די פארדרייטע אותיות הנקראים "ג'יבריש", איז אין פלאץ צו שרייבן וועגן גאר גאר א נוצבארע פראגראם מיטן נאמען "הפוך על הפוך" און אויף ענגליש LangOver.

קודם לענינינו, האט ער אזא ווינדאו וואס מען קען אריינפעיסן אהין א שטיקל וואס איז פארדרייט געווארן מיט די מאדנע קערעקטערס, און ער דרייט עס אטאמאטיש צוריק צו די געהעריגע אידישע אותיות

אבער אז מ'רעדט שוין פון אים, זכר ... לברכה, העלעך אריינווארפן נאך אפאר פון זיינע וואונדערבארע אפשענס: 1] אויב מאכט זיך אמאל אז מ'טייפט בטעות אפ אפאר שורות און דאן באמערקט מען אז אופס... ס'קאמפיוטער איז געווען אנגעשטעלט אויף ענגליש אנשטאט אידיש, נישט געזארגט מ'היילייט די ווערטער און מען דרוקט א געוויסע שארטקאט און הכל על מקומו באידיש יבוא בשלום.
2] אויב עס מאכט זיך אמאל אז די טעקסט איז פארקערט, ווי למשל: טלעווייא אנשטאט אייוועלט [קען צוניצקומען אין פראגראמען וואס נעמען נישט אידיש געהעריג, ווי אדאובי ביי די נישט ארץ ישראל'דיגע ווערסיע], מיט איין שארטקאט איז עס מסודר שיין.
3] אויך קען ער שנעלערהייט מאכן א ווארט פון קעפיטעל לעטטערינג צו סמאל און צוריק.
ועוד ידו נטי'ה......

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2013 10:57 am
דורך מומחה עצום
דא איז אן אשכול דערוועגן

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2013 1:22 pm
דורך מומחה עצום
און דא האט איר א קאנווערטער פאר די אותיות

סעלעקט די צווייטע אפציע

געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2014 8:25 pm
דורך קנאפער ידען
איך האב מיך לעצטענס זייער געפלאגט מיט א גאנצע פאק פון מוזיק אלבומס וואס זענען פארוואנדעלט געווארן פון אידיש צו די מאדנע קערעקטערס הנקראים Gibberish, איך האב למעשה געטוישט יעדע איינס עקסטער דורך קאפי-פעיסט צו דער קאנווערטער וואס מומחה געלינקט, ווי פארשטייט זיך איז עס געווען יענץ געשעפט....

יעצט איז מיר איינגעפאלן צו זוכן א מהלך צו קענען באלק פאררעכטן דער פראבלעם [כ'האב שוין א שטיקל מהלך דורך דער Chacon עקסטענטשאן פאר דער foobar2000 פראגראם], אבער עס אויספרובירענדיג זע איך אז איך האב נישט יעצט אזעלכע פיילס אין באזיץ, וויל איך בעטן אז איינער וואס האט אזעלכע פיילס זאל מיר אריבערשיקן א הויפן דערפון, מ'קען שיקן אין אימעיל [קוק חתימה] אדער דורך copy.com וכדומה.

יישר כח למפרע.