.exe. zip. jar וואס באדייט??

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

.exe. zip. jar וואס באדייט??

תגובהדורך מייקראסאפט » מאנטאג מאי 14, 2012 12:15 pm

.exe. zip. jar וכו' אי אפשר לפרטם כי רבים הם. וואס באדייט אט די אלע זאכן? קען מען אלעס טוישן צי אלע נעמען? ווער מאכט אפ וואספארא נאמען עס גייט באקימען? פארוואס פעלט דאס אויס?

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מאנטאג מאי 14, 2012 12:29 pm

פלא עצום, מייקראסאפט אליינס זאל פרעגן די קשיא?

ס'איז אן אריכות הדברים, אבער בעסיקלי דאס ווערט אנגערופן "עקסטענשאנ'ס" פאר יעדע פייל, וואס דאס זאגט אן פאר ווינדאוס (אדער מעק?) וויאזוי עס צו נוצן.

א EXE פייל טוט עפענען א פראגראם (עס מאכט "עקזעקיוטן"), ZIP מיינט א צוקוועטשטע פייל וואס ענטהאלט אין זיך מערערע פיילס, וכו' וכו'. מען קען נישט טוישן פון איינס צום צווייטן. כ'מיין פיזיש קען מען, אבער אויב מען טוישט ארבעט נישט דער פייל ריכטיג.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מאנטאג מאי 14, 2012 2:14 pm

שמעק גוט געזאגט. אבער ס'נישט אונגאנצן אזוי. די עקסטענשאנס איז געמאכט צו ווייזן פארן קאמפיוטער מיט וועכע פראגראם עס צו עפענן. אבער עס קען ארבעטן מיט סיי וועכע עקסטענשאן - אדער אפי' אן קיין שום עקסטענשען - בתנאי אז מען פארציילט דעם פיסי וועכע פראגראם ער דארף נוצן.

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » מיטוואך מאי 16, 2012 4:45 pm

היימישער איד האט געשריבן:שמעק גוט געזאגט. אבער ס'נישט אונגאנצן אזוי. די עקסטענשאנס איז געמאכט צו ווייזן פארן קאמפיוטער מיט וועכע פראגראם עס צו עפענן. אבער עס קען ארבעטן מיט סיי וועכע עקסטענשאן - אדער אפי' אן קיין שום עקסטענשען - בתנאי אז מען פארציילט דעם פיסי וועכע פראגראם ער דארף נוצן.

אויף דעם איז געזאגט געווארען
פארוואס גיין גראד ווען מען קען גיין קרום ?

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג מאי 17, 2012 11:19 am

בלעקבערי פען האט געשריבן:
היימישער איד האט געשריבן:שמעק גוט געזאגט. אבער ס'נישט אונגאנצן אזוי. די עקסטענשאנס איז געמאכט צו ווייזן פארן קאמפיוטער מיט וועכע פראגראם עס צו עפענן. אבער עס קען ארבעטן מיט סיי וועכע עקסטענשאן - אדער אפי' אן קיין שום עקסטענשען - בתנאי אז מען פארציילט דעם פיסי וועכע פראגראם ער דארף נוצן.

אויף דעם איז געזאגט געווארען
פארוואס גיין גראד ווען מען קען גיין קרום ?

די פוינט איז אז די עקסטענשאן טוט גארנישט בפועל. עס איז נאר בבחינות מראה מקום הוא לו. כלומר אז טעכניש קען עס געהעריג ארבעטן אן דעם.

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג מאי 17, 2012 2:44 pm

ווען מען טוישט, צב"ש פון א WAV עקסטענשאן צו א ZIP, און דו דאבל-קליקסט דעם פייל, וועט זיך דער פייל אויפקוועטשן? אדער וועט ער פרובירן אריינצוגיין אין ווינדאוס מידיא פלעיער? (HINT: די צווייטע איז ריכטיג)

עס איז טאקע נאר א מראה מקום, נישט נאר פארן יוזער, נאר אויך פאר ווינדאוס. אודאי קען מען זאגן פאר ווינדאוס עס זאל עפענען א ZIP פייל מיט ווינדאוס מידיא פלעיער, אבער עס וועט ערשיינען א ERROR
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » דאנארשטאג מאי 17, 2012 2:51 pm

און ווען איך וויל נישט אז מען זאל קענען זעהן א פייל וואס איך האב פאר מיר פריוואט, טויש איך דעם עקסטענשאן.
למשל א ווארד פייל וועל איך מאכן פאר .מפ3 וכדו'. און ווען איך וויל עס עפענען טויש איך עס צוריק.

אזוי האב איך געכאט א פראגראמער טוהן ביי מיין קאמפיוטער וען ער האט מיר געמאניטערט אנליין
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג מאי 17, 2012 3:00 pm

שלומי, וואו תורה דארט חכמה....

(דאס איז א אומדירעקטער קאמפלימענט פאר אלע דיינע שיינע דברי תורה מיט וועלכע דו ביסט מלא וגדוש)
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » דאנארשטאג מאי 17, 2012 3:01 pm

מיינסט צו זאגן דעם פראגראמערס חכמה
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג מאי 17, 2012 6:48 pm

שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:איך ווען איך וויל נישטאז מען זאל קענען א פייל וואס איך האב פאר מיר פריוואט, טויש איך דעם עקסטענשאן.
למשל א ווארד פייל וועל איך מאכן פאר .מפ3 וכדו'. און ווען איך וויל עס עפענען טויש איך עס צוריק.

אזוי האב איך געכאט א פראגראמער טוהן ביי מיין קאמפיוטער וען ער האט מיר געמאניטערט אנליין

פאר מיך וועט עס נישט העלפען ווייל איך ווען איך טרעף א פייל וואס די פראגרעם געט א עראר אז סקען נישט ליינען די פייל טריי איך מיט אלע אנדערע פראגרעמס חוץ דעם וואס אסאך מאל קען מען זעהן דורך עפענען מיט נאוטפעד וואספארא פייל דאס איז (פרוביר עס נאר נישט מיט א גרויסע פייל) סא אויב איז עס גאר פרייוועט אין נאך מענטשען האבען עקסעס צו דיין קאמפיוטער פארלאז דיך נישט אויף דעם איך פלעג עס נאר טוהן ווען איך האב עס באהאלטען אין א גאר בהאלטענע פאלדער און קיינער האט אפציעל נישט געדארפט זיצען לאנג ביי קאמפיוטער אין אויב יענער וואלט עס געפענט וואלט אויך נישט געווען עק וועלט

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » דאנארשטאג מאי 17, 2012 8:49 pm

משנה מקום האט געשריבן:
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:איך ווען איך וויל נישטאז מען זאל קענען א פייל וואס איך האב פאר מיר פריוואט, טויש איך דעם עקסטענשאן.
למשל א ווארד פייל וועל איך מאכן פאר .מפ3 וכדו'. און ווען איך וויל עס עפענען טויש איך עס צוריק.

אזוי האב איך געכאט א פראגראמער טוהן ביי מיין קאמפיוטער וען ער האט מיר געמאניטערט אנליין

פאר מיך וועט עס נישט העלפען ווייל איך ווען איך טרעף א פייל וואס די פראגרעם געט א עראר אז סקען נישט ליינען די פייל טריי איך מיט אלע אנדערע פראגרעמס חוץ דעם וואס אסאך מאל קען מען זעהן דורך עפענען מיט נאוטפעד וואספארא פייל דאס איז (פרוביר עס נאר נישט מיט א גרויסע פייל) סא אויב איז עס גאר פרייוועט אין נאך מענטשען האבען עקסעס צו דיין קאמפיוטער פארלאז דיך נישט אויף דעם איך פלעג עס נאר טוהן ווען איך האב עס באהאלטען אין א גאר בהאלטענע פאלדער און קיינער האט אפציעל נישט געדארפט זיצען לאנג ביי קאמפיוטער אין אויב יענער וואלט עס געפענט וואלט אויך נישט געווען עק וועלט


מצטרף לזה איך טוה די זעלבע
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט