בלאט 1 פון 1

KSOD blacK Screen Of Dead

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2012 3:00 pm
דורך זייער נייגעריג
איינער האט עקספריענס מיט א KSOD?

ס'נישט די באקאנטע BSOD, די פראבלעם איז אז ער צינד זיך אן מ'זעהט די וועלקאם סקרין, און דא ווערט ער שווארטץ, נאר די מייזל קען מען זעהן און ריקן,
סעיף מוד העלפט נישט דערצו, די איינציגסטע וואס ארבעט דערווייל איז סעיף מוד מיט קאמענד פראמפט, קוקט אויס ווי עפעס א שעל איז געדעמעדזשט,
דערווייל טריי איך די עצה פון די לינק
http://superuser.com/questions/5664/how ... ouse-curso


אויב איינער האט נאך עפעס אדער עני עקפיריענס ביטע לאזט אייך הערן.

(ווינדאויס 7)

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2012 5:00 pm
דורך זייער נייגעריג
יא, ער האט גארנישט געטראפן,

כ'האב געדאונלאוד די רעגיסטרי פיקס פון די אויברשטע לינק און ס'האט געהאלפן,
איך עטעטש עס דא אויב איינער דארף עס אמאל,(טויש די עקסטענשן צו EXE)

אגב, ביים ארבעטן אויף קאמענד פראמפט האב איך נישט קיין אינטערנעט, האב איך עס געדאונלאוד פון א צווייטע קאמפיוטער אויף א יו עס בי, געעפענט אויף די פון קאמפיוטער פון קאמענד, און יאלא!

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2012 5:17 pm
דורך זייער נייגעריג
ס'איז געווען אנגעפיקעוועט מיט די קליינע פרי פראגראמ'ס און נישט געהאט קיין אנטי וויירוס, מסתם איינע פון די זאכן.

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2012 8:34 pm
דורך משנה מקום
קען זיין אז דעס איז געווען געטוישט ביי א וויירוס ?
HKLM\SOFTWARE\Microsoft\Windows NT\CurrentVersion\Winlogon\Userinit c:\windows\system32\userinit.exe

געשריבן: דאנערשטאג מאי 03, 2012 11:39 pm
דורך זייער נייגעריג
כ'בין נאכניש פערטיג מיט יענע קאמפיוטער, ער האט געהאט נאך א פראבלעם, ס'איז געווען פיל מיט וויירוס'ן און מאלווער דאס האט מיר נישט געלאזט אנקומען צום רעגיסטרי אדער טעסק מענדזשער, נאכן קלינען איז ער טאקע בעסער געווארן אבער די אפשען צו לאקן אדער סוויטש יוזער איז געווען גרעי,
בין איך געגאנגען צום רעגיסטרי
HKEY_LOCAL_MACHINE\SOFTWARE\Microsoft\Windows\CurrentVersion\Policies\System
און געטוישט די פאר וואס וועליוס וואס פעלט אויס צו 0, און דערווייל איז ער גוט.

(כ'שרייב עס אין קעיס איינער דארף אמאל צוקומען דערצו, מ'דארף אויפבויען א אידישע דעטעבעיס פאר די אלע פראבלעמען)

געשריבן: פרייטאג מאי 04, 2012 11:27 am
דורך תרגום יונתן
כ'האב געהאט די זעלבע פראבלעם נישט לאנג צוריק. נאכ'ן דיסעיבלן אלע סטארטאפ פראגרעמס און פארדעכטיגטע סערוויסעס, און זעהן אז די וויירוס איז נאך אלץ דא, האב איך געקוקט אויב ס'האט אויפגעטוישט די שעל, און אזוי איז טאקע געווען. די וויירוס האט זיך אריינגעלייגט אלס די שעל, און נאכן זיך אנצינדן, האט עס אנגעצינדן די ריכטיגע שעל.

עס ארויסצונעמען איז אבער נישט געווען אזוי גרינג. די וויירוס האט כסדר צוריקגעטוישט די רעדזשיסטרי וועליו צו זיך. כ'האב פרובירט סעיף-מאוד קאמענד-פראמפט, אן די שעל, אבער פאר א מיסטעריעזע סיבה האט עס נישט געארבעט. (איך קען נאך אלץ נישט דערגיין פארוואס.)

צום סוף האב איך אריינגעלאגט דורך א צווייטע יוזער, געעפנט רעדזש-עדיט, געעפנט דעם אפעקטירטן יוזער'ס רעדזשיסטרי הייוו, און עס אזוי פארראכטן.

געשריבן: פרייטאג מאי 04, 2012 12:20 pm
דורך זייער נייגעריג
גוט דו זאגסט מיר, כ'בין נאכאלץ נישט פערטיג דערמיט,
אויפן סטארטאפ קומט גלייך ארויף אז די יוזער נעים אדער פעסווארד איז נישט גוט, נאך פאר ער בעט בכלל עפעס אריינצולייגן, די לאק איז געווארן וויזעבל אבער ארבעט נאכנישט, ווי אויך איז דא אייןפראגראם וואס כ'קען נישט אנצינדן, א פראגראם וואס פלעגט אריינגיין אינעם שעל.

געשריבן: פרייטאג מאי 04, 2012 1:39 pm
דורך תרגום יונתן
נאכ'ן זען די מעסעדזש קעסטו יא אריינלאגן, אדער האסט נישט קיין שום וועג אריינצולאגן?

מען קען אנשטעלן ווינדאוס צו אויטאמאטיש אריינלאגן, און אויב די פעסווארד איז נישט ריכטיג (מען האט עס דערנאך געטוישט), קומט ארויף אזא מעסעדזש.

ביי א קאמענד-ליין טייפ: control userpasswords2 דארט קענסטו אפדעיטן די פעסווארד.