KSOD blacK Screen Of Dead

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

KSOD blacK Screen Of Dead

תגובהדורך זייער נייגעריג » דינסטאג מאי 01, 2012 3:00 pm

איינער האט עקספריענס מיט א KSOD?

ס'נישט די באקאנטע BSOD, די פראבלעם איז אז ער צינד זיך אן מ'זעהט די וועלקאם סקרין, און דא ווערט ער שווארטץ, נאר די מייזל קען מען זעהן און ריקן,
סעיף מוד העלפט נישט דערצו, די איינציגסטע וואס ארבעט דערווייל איז סעיף מוד מיט קאמענד פראמפט, קוקט אויס ווי עפעס א שעל איז געדעמעדזשט,
דערווייל טריי איך די עצה פון די לינק
http://superuser.com/questions/5664/how ... ouse-curso


אויב איינער האט נאך עפעס אדער עני עקפיריענס ביטע לאזט אייך הערן.

(ווינדאויס 7)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג מאי 01, 2012 3:36 pm

האסט שוין פרובירט sfc/ scannow אין סעיף מאוד?

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » דינסטאג מאי 01, 2012 5:00 pm

יא, ער האט גארנישט געטראפן,

כ'האב געדאונלאוד די רעגיסטרי פיקס פון די אויברשטע לינק און ס'האט געהאלפן,
איך עטעטש עס דא אויב איינער דארף עס אמאל,(טויש די עקסטענשן צו EXE)

אגב, ביים ארבעטן אויף קאמענד פראמפט האב איך נישט קיין אינטערנעט, האב איך עס געדאונלאוד פון א צווייטע קאמפיוטער אויף א יו עס בי, געעפענט אויף די פון קאמפיוטער פון קאמענד, און יאלא!
צוגעלייגטע
fixshell.doc
(48.34 KiB) דאונלאודעד 430 מאל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג מאי 01, 2012 5:07 pm

וואס האט געפירט דערצו אז ס'איז געוווארן צובראכן?

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » דינסטאג מאי 01, 2012 5:17 pm

ס'איז געווען אנגעפיקעוועט מיט די קליינע פרי פראגראמ'ס און נישט געהאט קיין אנטי וויירוס, מסתם איינע פון די זאכן.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג מאי 01, 2012 8:34 pm

קען זיין אז דעס איז געווען געטוישט ביי א וויירוס ?
HKLM\SOFTWARE\Microsoft\Windows NT\CurrentVersion\Winlogon\Userinit c:\windows\system32\userinit.exe

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » דאנארשטאג מאי 03, 2012 11:39 pm

כ'בין נאכניש פערטיג מיט יענע קאמפיוטער, ער האט געהאט נאך א פראבלעם, ס'איז געווען פיל מיט וויירוס'ן און מאלווער דאס האט מיר נישט געלאזט אנקומען צום רעגיסטרי אדער טעסק מענדזשער, נאכן קלינען איז ער טאקע בעסער געווארן אבער די אפשען צו לאקן אדער סוויטש יוזער איז געווען גרעי,
בין איך געגאנגען צום רעגיסטרי
HKEY_LOCAL_MACHINE\SOFTWARE\Microsoft\Windows\CurrentVersion\Policies\System
און געטוישט די פאר וואס וועליוס וואס פעלט אויס צו 0, און דערווייל איז ער גוט.

(כ'שרייב עס אין קעיס איינער דארף אמאל צוקומען דערצו, מ'דארף אויפבויען א אידישע דעטעבעיס פאר די אלע פראבלעמען)

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » פרייטאג מאי 04, 2012 11:27 am

כ'האב געהאט די זעלבע פראבלעם נישט לאנג צוריק. נאכ'ן דיסעיבלן אלע סטארטאפ פראגרעמס און פארדעכטיגטע סערוויסעס, און זעהן אז די וויירוס איז נאך אלץ דא, האב איך געקוקט אויב ס'האט אויפגעטוישט די שעל, און אזוי איז טאקע געווען. די וויירוס האט זיך אריינגעלייגט אלס די שעל, און נאכן זיך אנצינדן, האט עס אנגעצינדן די ריכטיגע שעל.

עס ארויסצונעמען איז אבער נישט געווען אזוי גרינג. די וויירוס האט כסדר צוריקגעטוישט די רעדזשיסטרי וועליו צו זיך. כ'האב פרובירט סעיף-מאוד קאמענד-פראמפט, אן די שעל, אבער פאר א מיסטעריעזע סיבה האט עס נישט געארבעט. (איך קען נאך אלץ נישט דערגיין פארוואס.)

צום סוף האב איך אריינגעלאגט דורך א צווייטע יוזער, געעפנט רעדזש-עדיט, געעפנט דעם אפעקטירטן יוזער'ס רעדזשיסטרי הייוו, און עס אזוי פארראכטן.

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » פרייטאג מאי 04, 2012 12:20 pm

גוט דו זאגסט מיר, כ'בין נאכאלץ נישט פערטיג דערמיט,
אויפן סטארטאפ קומט גלייך ארויף אז די יוזער נעים אדער פעסווארד איז נישט גוט, נאך פאר ער בעט בכלל עפעס אריינצולייגן, די לאק איז געווארן וויזעבל אבער ארבעט נאכנישט, ווי אויך איז דא אייןפראגראם וואס כ'קען נישט אנצינדן, א פראגראם וואס פלעגט אריינגיין אינעם שעל.

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » פרייטאג מאי 04, 2012 1:39 pm

נאכ'ן זען די מעסעדזש קעסטו יא אריינלאגן, אדער האסט נישט קיין שום וועג אריינצולאגן?

מען קען אנשטעלן ווינדאוס צו אויטאמאטיש אריינלאגן, און אויב די פעסווארד איז נישט ריכטיג (מען האט עס דערנאך געטוישט), קומט ארויף אזא מעסעדזש.

ביי א קאמענד-ליין טייפ: control userpasswords2 דארט קענסטו אפדעיטן די פעסווארד.


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט