בלאט 1 פון 1

האט מיין קאמפיוטער בלוטוט?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 2:12 am
דורך שוועמל
איך וויל קויפן א בלוטוט מייז, צי גייט עס אבער ארבעטן?

מיין WLAN אדאפטער איז
DW1501 Wireless-N WLAN Half-Mini Card

אין די פראפערטיס זאגט ער מיר אז בלוטוט איז אן אפשען דארטן, איך בין אבער נישט זיכער.

אויב למעשה נישט, האב איך צוויי אפשענס, אדער קויפן א יו עס בי שטיקעלע מיט בלוטוט, דאס קאסט פון 6 ביז 50 דאלער, למשל דאס http://www.staples.com/Targus-USB-Bluet ... uct_857876, אדער דאס http://compare.ebay.com/like/1808357315 ... s&var=sbar.
די חסרון פון דעם איז אז עס האלט פארנומען איין יו עס בי שטעקערל אגאנצן צייט.
די בעסערע אפציע איז צו ריפלעיסן די גאנצע ווייערלעס אדאפטער אינטערנעלי מיט איינס וואס האט יא בלוטוט? וועלכע איז גוט פאר א לעפטאפ?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 2:17 am
דורך שוועמל
און אז איך רעד שוין, וועלכע בלוטוט מייז לוינט צו אינוועסטן, זאל זיין גרינגע באטטאנס, נישט צו גרויס, באקוועם פאר די האנט און לאנגע בעטערי לייף.

דאנקע

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 2:31 pm
דורך מי חכם
דער בלוטוט מייז וואס איך האב, ארבעט אפילו אויף קאמפיוטערס וואס סופארטן בכלל נישט קיין בלוטוט. מיט א טראנסמיטער. ווידער אויב איז דער טראנסמיטער נישט איינגעפלאגט, האט עס נישט געכאפט אפילו אויף א (עקסטערנאל) בלוטוט קעיפעבל קאמפיוטער. אבער מעגליך (מסתמא) איז יעדער מייזל אנדערש.

וואס דיס אינפא. העלפ פול?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 2:51 pm
דורך יואל שווארטץ
די רעגולערע ווייערלעסס מייז ארבעטן נישט דורך בלוטוט?!
איך מיין אז יא, און עס קומט דערמיט א קליינע שטיקל איינצופלאגן אין קאמפיוטער והרי בלוטוט מייז לפניך.