בלאט 1 פון 1

סאונד סעטינג'ס אויפן לעפטאפ

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 12:47 pm
דורך צולייגער
איך האב א דעלל לעפטאפ, און זינט נעכטן אין פרימארגן ארבעט ניט דער סאונד אויפן לעפטאפ, סיי ווען איך דרוק די באטנס אויפן קיבאורד מאכט ער זיך נישט וויסענדיג כאילו מען רעדט צו א חסידישן איד אינמיטן שבת-נאכמיטאג שלאף, אדער גאר צו א גאליציאנעם ער זאל געבן צדקה, און ביי די טאלבארס אויף די רעכטע זייט ערשיינט ער אינגאנצן נישט כאילו ער קען נישט די חזרה און ער האט מורא אז מען גייט אים פארהערן פונקט דעם שטיקל גמ' סאו קומט ער נישט אין חדר.
אקעי ליצנות אין א זייט, כווער שוין צופלאצט דערפון, קען מיר איינער העלפן?

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 1:35 pm
דורך צולייגער
נא קיינער קענישט העלפן?

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 1:52 pm
דורך isolated
מיין לעפטאפ עפענט און פארמאכט די סאונד מיט נגיעה בעלמא העכער די קיבאורד, ס'איז נישט קיין מגושם'דיגער קנעפל, נאר א בילד, מ'לייגט צו די פינגער און ער פאלגט, יתכן אז דו האסט בטעות געדרוקט דארט mute

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 2:27 pm
דורך משנה מקום

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 2:32 pm
דורך מומחה עצום
היות שיש לך דעלל לך לC:\Dell\Drivers און דארט זאלט איר נאכאמאל אינסטאלן די Audio Driver

וויאזוי שטעל איך אהן די אודיא סעטינגס אויף מיין קאמפיוטער?

געשריבן: פרייטאג פאברואר 24, 2012 4:34 pm
דורך שמן זית
איך האב א פראבלעם אז ווען איך קאל ארויס פון גוגל וואויס דורך מיין קאמפיוטער, קען מיר יענער נישט הערן,לכאורה האט עס צו טוהן מיט די אודיא סעטינגס

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 25, 2012 8:44 pm
דורך מומחה עצום
ביי די סעטינגס קוק צו דיין input device ארבעט

געשריבן: זונטאג פאברואר 26, 2012 5:51 am
דורך יהושע
איר פארשטייט וואס מומחה עצום זאגט? ער זאגט אז איר זאלט גיין צו די סעטינג׳ס פון גי מיעל, דארט וועט איר זעהן א טעב וואס הייסט טשעט, דארט איז דא די סעטינגס פאר די וואויס ען ווידיאוי אינפוט דיווייס, לכתחילה דארף עס זיין אנגעשטעלט אויף דיפאלט דעיווייס, און מאך זיכער נאכן אנשטעלן, צו סעווען די טשענשעס הינטען פון די פעדש.

געשריבן: זונטאג פאברואר 26, 2012 12:22 pm
דורך שמן זית
1( איך רעד פון א דעסקטאפ
2) עס האט 100% צוטוהן מיט די קאמפיוטער נישט מיט דזשימעיל,

קען מיר איינער ארויסהעלפן?