בלאט 1 פון 1

סאונד סעטינג'ס אויפן לעפטאפ

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 12:47 pm
דורך צולייגער
איך האב א דעלל לעפטאפ, און זינט נעכטן אין פרימארגן ארבעט ניט דער סאונד אויפן לעפטאפ, סיי ווען איך דרוק די באטנס אויפן קיבאורד מאכט ער זיך נישט וויסענדיג כאילו מען רעדט צו א חסידישן איד אינמיטן שבת-נאכמיטאג שלאף, אדער גאר צו א גאליציאנעם ער זאל געבן צדקה, און ביי די טאלבארס אויף די רעכטע זייט ערשיינט ער אינגאנצן נישט כאילו ער קען נישט די חזרה און ער האט מורא אז מען גייט אים פארהערן פונקט דעם שטיקל גמ' סאו קומט ער נישט אין חדר.
אקעי ליצנות אין א זייט, כווער שוין צופלאצט דערפון, קען מיר איינער העלפן?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 1:35 pm
דורך צולייגער
נא קיינער קענישט העלפן?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 1:52 pm
דורך isolated
מיין לעפטאפ עפענט און פארמאכט די סאונד מיט נגיעה בעלמא העכער די קיבאורד, ס'איז נישט קיין מגושם'דיגער קנעפל, נאר א בילד, מ'לייגט צו די פינגער און ער פאלגט, יתכן אז דו האסט בטעות געדרוקט דארט mute

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 2:27 pm
דורך משנה מקום

וויאזוי שטעל איך אהן די אודיא סעטינגס אויף מיין קאמפיוטער?

געשריבן: פרייטאג פעברואר 24, 2012 4:34 pm
דורך שמן זית
איך האב א פראבלעם אז ווען איך קאל ארויס פון גוגל וואויס דורך מיין קאמפיוטער, קען מיר יענער נישט הערן,לכאורה האט עס צו טוהן מיט די אודיא סעטינגס

געשריבן: זונטאג פעברואר 26, 2012 5:51 am
דורך יהושע
איר זאלט גיין צו די סעטינג׳ס פון גי מיעל, דארט וועט איר זעהן א טעב וואס הייסט טשעט, דארט איז דא די סעטינגס פאר די וואויס ען ווידיאוי אינפוט דיווייס, לכתחילה דארף עס זיין אנגעשטעלט אויף דיפאלט דעיווייס, און מאך זיכער נאכן אנשטעלן, צו סעווען די טשענשעס הינטען פון די פעדש.

געשריבן: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:22 pm
דורך שמן זית
1( איך רעד פון א דעסקטאפ
2) עס האט 100% צוטוהן מיט די קאמפיוטער נישט מיט דזשימעיל,

קען מיר איינער ארויסהעלפן?