בלאט 1 פון 1

מיינע סקרין'ס בלאזן זיך אויף אינערליך

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 5:44 pm
דורך אומאפיציעל
שוין א שטיק צייט וואס טייל פון מיינע ווינדאו'ס בלאזן זיך אויף שרעקליך אז מען קען נישט געהעריג ארבעטן דערמיט.
אויב איינער קען מיר העלפן דערמיט תבא עליו ברכה.
(אסאך ווינדאוס זענען יא נארמאל)

עטליכע דוגמאות פון סקרין שאטס:

New Picture1.jpg
דער ווינדאו פון מיין פרינטער פראפערטי'ס איז נאר אינערליך אויפגעבלאזן, און איך קען נישט טוישן קיין שום סעטינגס


New Picture 2.jpg
דער Save as ווינדאו ביי א פי.די.עף. פרינטאוט איז אויפגעבלאזן נאר א חלק


New Picture.jpg
דאס איז א שאט פון "א גאנצע סקרין", דאס איז דער ווינדאו וואס עפענט זיך ווען מען מאכט א רייט קליק אויפן דעסקטאפ, און מען קליקט אויף Graphics properties

געשריבן: זונטאג פאברואר 26, 2012 5:18 pm
דורך אומאפיציעל
קיינער האט נישט עפעס אן עצה?

רבותי!! איך דארף הילף!!

געשריבן: זונטאג פאברואר 26, 2012 8:48 pm
דורך שוועמל
דו רעדסט זייער רוי.
לעפטאפ\דעסקטאפ?
סקרין סייז, רעזולושון?
OS?
מעיק און מאדעל?
טייטש אויף אידיש 'בלאזט זיך אויף', ווערט BLURY אדער א פאסיק ווי אן אראבער?
אלע פראגראמס צי נאר געוויסע?
אלע סקריןס צי נאר איין געוויסע?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 27, 2012 1:51 am
דורך מומחה עצום
פון די סקרינשאטס וואס דו האסט ארויפגעלייגט זעט אויס אז ס'איז א סקרין רעזולוציע פראבלעם, פרוביר אנצושטעלן די סקרין רעזולוציע אויפן קלענסטן און קוק צו ס'ווערט עפעס בעסער

געשריבן: מאנטאג פאברואר 27, 2012 6:27 pm
דורך אומאפיציעל
איך האב געלייגט זייער קלארע סעמפל'ס, קוקט אן מיין ווארד אפליקעישאן וואס ליגט אין די בעקגראונד פון מיין פי.די.עף. ווינדאו, וועט איר זען אז אלעס איז אינארדענונג מיט די רעזאלוציע (וואס איז אגב אויף די קלענסטע), אזוי אויך קענט איר זען מיין פרינט ווינדאו וואס איז ערשט קלאסיג, אנטקעגן די פראפערטי ווינדאו וואס דער אינווייניג האט זיך אויפגעבלאזן און דער ווינדאו איז געבליבן דער זעלבער סייז, וואס דאס מאכט אוממעגליך צו טוישן סיי וועלכע סעטינג אין דעם ווינדאו.

עס איז א דעסקטאפ
סקרין סייז איז 22 אדער 24 (איך געדענק נישט פונקטליך)
ווינדאו'ס XP
עס בלאזט זיך אויף און עס ווערט "נישט בלאורי", אזוי ווי מען קען זעהן אויף די סקרין שאטס.
נישט אלע פראגראמ'ס און נישט אלע ווינדאו'ס, אזוי ווי מען קען זעהן אויף די סקרין שאטס.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 27, 2012 11:20 pm
דורך שוועמל
גאר גאר מאדנע. איך ווייס נישטאמאל וויזוי דאס צו רופן ביים נאמען.

קוקט אויס ווי עס דארף א דרייווער אפדעיט פאר דיספלעי ספעציעל אויב סיז ניי, אדער א קאראפטעד רעגיסטרי פייל.

פרוביר רופן די טעקניקל הילף אויב ס'יז נאך קאווערד.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 28, 2012 2:13 am
דורך leiby
וואסערע גרעפיק קארד האסטו, וואס איז געווען די לעצטע זאך וואס דו האסט געטיהן?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 28, 2012 2:39 am
דורך מומחה עצום
אומאפיציעל האט געשריבן:וועט איר זען אז אלעס איז אינארדענונג מיט די רעזאלוציע (וואס איז אגב אויף די קלענסטע)

טאקע דאס איז דער פראבלעם, שטעל עס אן העכער וועט אלעס גוט זיין

געשריבן: מיטוואך פאברואר 29, 2012 4:09 pm
דורך אומאפיציעל
מומחה עצום, אזוי ווי איך האב דיר שוין געשיקט אין פרטי, איז דער רעזולאשען אויף די העכסטע איך האב געמיינט צו זאגן אז עס איז אנגעשטעלט אז די ווינדאו'ס זאלן זיין די קלענסטע.

עס זעהט מיר אויס אז דאס קומט פון עפעס א וויירוס, וואס האט עפעס געטוישט א פאנט סעטינג ערגעץ וואו, אבער איך ווייס אויך נישט וויאזוי עס צו רופן ביים נאמען.
אויב קיינער קען מיר נישט העלפן וועל איך דארפן ארויסגיין אויפן מארקעט זוכן א טעקנישאן וואס זאל זיך באפאסן דערמיט פאר גוט באצאלט, און ער וועט עס אדער יא קענען פאררעכטן אדער נישט....

און לייבעלע, דאס איז נישט פון היינט, דאס האב איך שוין א לאנגע צייט, נאר יעצט שטערט מיר עס צוביסלעך מער און מער. און קענסט מיר אויך זאגן (אויב עס איז נאך אינטערסאנט) וואו איך זעה וועלכע גרעפיק קארד איך האב.

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2012 2:58 pm
דורך מומחה עצום
ב"ה די פראבלעם איז שוין געלעזט

נאכן באשטעטיגן אז די אישו דא איז מיט די פאנטס, האב איך אים געשיקט אלע דיפאלט פאנטס פאר זיין אפערעיטינג סיסטעם, און אים געהייסן ארויסנעמען אלע פאנטס פון די פאנט פאלדער און נאכדעם זאל ער אריינלייגן די דיפאלט פאנטס וואס כ'האב אים געשיקט.

ער האט אזוי געטון און אלע פראבלעמען זענען פארשוואונדן

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2012 3:11 pm
דורך געלעגער
מומחה עצום איז די נאמען וואס איך וואלט דיר געגעבן אויב וואלסטו עס נישט אליינס גענומען.

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2012 3:29 pm
דורך leiby
גוטע טיפ צו וויסן,
וויזוי איז ער אנגעקומען דערצו?

געשריבן: מוצ"ש מארטש 17, 2012 9:46 pm
דורך שוועמל
געוואלדיג.

וועלכע טעקניקעל סופפארט אין די וועלט וואלט דאס דען בייגעפאלן..?

געשריבן: מוצ"ש מארטש 17, 2012 10:10 pm
דורך מומחה עצום
leiby האט געשריבן:גוטע טיפ צו וויסן,
וויזוי איז ער אנגעקומען דערצו?

וויאזוי ס'האט פאסירט איז שווער צו זאגן, כ'שטעל מיר פאר אז ער האט בטעות אינסטאלט א קארופטירטע VGA פאנט (פאסירט געווענליך ווען מ'קאפירט פון א צווייטן "אלע" פאנטס) און דאס האט גורם געווען אז די דיפאלט דיספלעי פאנט האט זיך געטוישט און דאס האט פארגרעסערט די ווינדאוס. ס'איז זיכער נישט א וויירוס

געשריבן: מוצ"ש מארטש 17, 2012 10:41 pm
דורך בחורהזעצער
מומחה עצום;

לייבי מיינט געוויס צו פרעגן דאס ס'האט מיר אויך געעגבערט, וואס האט דיר געמאכט טראכטן אז דאס קען זיין די פראבלעם? פשוט עס איז אינטערעסאנט צו וויסן די פראסעס פון נאכגיין פראבלעמען.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 17, 2012 11:17 pm
דורך מומחה עצום
נאכן גוט שטודירן די סקרינשאטס האב איך געזעהן אז נאר איין סארט ווינדאו מאכט פראבלעמען, און דאס זענען די ווינדאוס וואס נוצן א ספעציפישע UI פאנט.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2012 2:14 pm
דורך ווינקל
ס'איינציגסטע ווארט וואס קומט ארויס פון מין קיבאורד אויף דעם איז, וואו תורה דארט חכמה!

געשריבן: פרייטאג מארטש 30, 2012 12:06 pm
דורך בלעקבערי פען
געלעגער האט געשריבן:מומחה עצום איז די נאמען וואס איך וואלט דיר געגעבן אויב וואלסטו עס נישט אליינס גענומען.