בלאט 1 פון 1

הילף געזוכט צו מאכן א ווינדאוס לייוו (bootable) יו עס בי

געשריבן: פרייטאג פעברואר 17, 2012 1:42 am
דורך מי חכם
איך מוטשע זיך שוין זייער לאנג ארום, איך ברויך האבן א ווינדאוס א.ס. וואס זאל לויפן אויף א יו עס בי, אזוי ווי עס איז דא אסאך פון די לינאקס אפערעיטינג סיסטעמס, אז מען בוט (boot) נישט דעם קאמפיוטער פון דעם הארד דרייוו, נאר אנשטאט לייגט מען אריין א פלעש דרייוו און מען בוט דעם קאאמפיוטער פון דארט,

איך האב איינס אזא א סידי גראדע, אבער למעשה איך מיט לינאקס וואוטן (שטימען) נישט, סאו זוך איך צו האבן א ווינדאוס ווערסיע. פון עקס פי ווייסעך זיכער אז מען קען מאכן אזאנס, עס איז דא אספעציעלער טול פארדעם מיטן נאמען bart pe אדער עפעס אזוי, נאר מעשי שטן הצליח אז ביי מיר געלונגט עס קיינמאל נישט, איך האב די אינסטאלעישאן סידיס פון xp אבער עס גייט נישט.

סאו אויב איינער קען מיר בייהילפיג זיין, און נאך בעסער אויב איז מעגליך צו האבן גאר א ווינדאוס 7 ווערסיע, וואלט איך שטארק אפרישיעיטעד. מען קען לכאורה צוזאמשטעלן דעם פערטיגן פייל, און דאן אריבערשיקן דורך ווי טרענספער וכדו', עניוועי עני העלפ וויל בי גרעיטלי עפרישיעיטעד.

געשריבן: פרייטאג פעברואר 17, 2012 1:49 am
דורך זייער נייגעריג
צו מאכן א בוטעבל סידי פון ווינדאויס 7 איז גאר גרינג, זיך אויף גוגל
How to create a bootable Windows 7 USB flash drive
דארפסט פשוט שאפן די ISO פייל.

געשריבן: פרייטאג פעברואר 17, 2012 1:55 am
דורך מי חכם
איך האב אויפגעפאסט אז עס איז דא צוויי מיני בוטעבל זאכן, איינס וואס מען נוצט צו אינסטאללן פאקטיש דורך דעם די ווינדאוס אופן הארד דרייוו, און דוכט זיך אז פון דעם רעדן רוב סייטס, זעירין אינון וואס כהאב געטראפן וואס רעדן פון עמטליך נוצן דעם יו עס בי פאר א אפערעטינג סיסטעם.

געשריבן: פרייטאג פעברואר 17, 2012 2:01 am
דורך זייער נייגעריג
אה פון דאס רעסטו, יא מ'קען, אבער נישט מיטן BartPE,
אגב איינע פון די ווינדאוי'ס 8 מעלות גייט דאס זיין, מ'גייט עס קענען טיהן לכתחילה.

געשריבן: פרייטאג פעברואר 17, 2012 2:03 am
דורך למעלה משבעים
איך מיין אז היירונס איז די גרינגסטע. ס'איז א מיני עקס-פי.

געשריבן: פרייטאג פעברואר 17, 2012 3:50 pm
דורך משנה מקום
אדער ubcd4windows

געשריבן: מאנטאג פעברואר 20, 2012 11:21 pm
דורך מי חכם
בלויז קלאר צו מאכן; איך זוך א או.עס. וואס זאל האבן אלע מעלות פון ווינדאוס, אלע פראגרעמס זאל (קענען) ארבעטן דערויף, א.א.וו. אויך לכאורה אויף א סידי איינמאל געבוירנט קען מען גארנישט צולייגן דערצו, סעיוון פאר א קומענדיגע סעשאן, וכדומה. איז ביי א ווינדאוס אנדערש?

ביי די עצה וואס ארבעט דורך מאכן א ווירטואל באקס, דארף איך עקסטער האבן די iso file פון ווינדאוס 7, אדער עס איז גענוג אז איך האב עס יעצט לויפן אין מיין קאמפיוטער? אויך, צי דארף עס לויפן דוקא זייט ביי זייט מיט א - אפילו קארופטירטע - ווינדאוס פראגראם אויפן הדד, אדער אפילו איך נעם ארויס דעם גאנצן הדד, אדער דער ה"ד ארבעט מיט א לינאקס סיסטעם וועט אויך גוט זיין?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2012 12:12 am
דורך זכר באנדל
לעצטנס האט מיר איינער געזאגט פון דאס כאב עס אבער נישט פרובירט.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 7:15 pm
דורך מי חכם
אויף א יו עס בי קען מען אבער יא האבן ווינדאוס, איא?