הילף געזוכט צו מאכן א ווינדאוס לייוו (bootable) יו עס בי

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

הילף געזוכט צו מאכן א ווינדאוס לייוו (bootable) יו עס בי

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג פאברואר 17, 2012 1:42 am

איך מוטשע זיך שוין זייער לאנג ארום, איך ברויך האבן א ווינדאוס א.ס. וואס זאל לויפן אויף א יו עס בי, אזוי ווי עס איז דא אסאך פון די לינאקס אפערעיטינג סיסטעמס, אז מען בוט (boot) נישט דעם קאמפיוטער פון דעם הארד דרייוו, נאר אנשטאט לייגט מען אריין א פלעש דרייוו און מען בוט דעם קאאמפיוטער פון דארט,

איך האב איינס אזא א סידי גראדע, אבער למעשה איך מיט לינאקס וואוטן (שטימען) נישט, סאו זוך איך צו האבן א ווינדאוס ווערסיע. פון עקס פי ווייסעך זיכער אז מען קען מאכן אזאנס, עס איז דא אספעציעלער טול פארדעם מיטן נאמען bart pe אדער עפעס אזוי, נאר מעשי שטן הצליח אז ביי מיר געלונגט עס קיינמאל נישט, איך האב די אינסטאלעישאן סידיס פון xp אבער עס גייט נישט.

סאו אויב איינער קען מיר בייהילפיג זיין, און נאך בעסער אויב איז מעגליך צו האבן גאר א ווינדאוס 7 ווערסיע, וואלט איך שטארק אפרישיעיטעד. מען קען לכאורה צוזאמשטעלן דעם פערטיגן פייל, און דאן אריבערשיקן דורך ווי טרענספער וכדו', עניוועי עני העלפ וויל בי גרעיטלי עפרישיעיטעד.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » פרייטאג פאברואר 17, 2012 1:49 am

צו מאכן א בוטעבל סידי פון ווינדאויס 7 איז גאר גרינג, זיך אויף גוגל
How to create a bootable Windows 7 USB flash drive
דארפסט פשוט שאפן די ISO פייל.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג פאברואר 17, 2012 1:55 am

איך האב אויפגעפאסט אז עס איז דא צוויי מיני בוטעבל זאכן, איינס וואס מען נוצט צו אינסטאללן פאקטיש דורך דעם די ווינדאוס אופן הארד דרייוו, און דוכט זיך אז פון דעם רעדן רוב סייטס, זעירין אינון וואס כהאב געטראפן וואס רעדן פון עמטליך נוצן דעם יו עס בי פאר א אפערעטינג סיסטעם.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » פרייטאג פאברואר 17, 2012 2:01 am

אה פון דאס רעסטו, יא מ'קען, אבער נישט מיטן BartPE,
אגב איינע פון די ווינדאוי'ס 8 מעלות גייט דאס זיין, מ'גייט עס קענען טיהן לכתחילה.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג פאברואר 17, 2012 2:03 am

איך מיין אז היירונס איז די גרינגסטע. ס'איז א מיני עקס-פי.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג פאברואר 17, 2012 3:50 pm

אדער ubcd4windows

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » פרייטאג פאברואר 17, 2012 4:57 pm

קוק דא און דא

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג פאברואר 20, 2012 11:21 pm

בלויז קלאר צו מאכן; איך זוך א או.עס. וואס זאל האבן אלע מעלות פון ווינדאוס, אלע פראגרעמס זאל (קענען) ארבעטן דערויף, א.א.וו. אויך לכאורה אויף א סידי איינמאל געבוירנט קען מען גארנישט צולייגן דערצו, סעיוון פאר א קומענדיגע סעשאן, וכדומה. איז ביי א ווינדאוס אנדערש?

מומחה, ביי די עצה וואס ארבעט דורך מאכן א ווירטואל באקס, דארף איך עקסטער האבן די iso file פון ווינדאוס 7, אדער עס איז גענוג אז איך האב עס יעצט לויפן אין מיין קאמפיוטער? אויך, צי דארף עס לויפן דוקא זייט ביי זייט מיט א - אפילו קארופטירטע - ווינדאוס פראגראם אויפן הדד, אדער אפילו איך נעם ארויס דעם גאנצן הדד, אדער דער ה"ד ארבעט מיט א לינאקס סיסטעם וועט אויך גוט זיין?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

תגובהדורך זכר באנדל » דינסטאג פאברואר 21, 2012 12:12 am

לעצטנס האט מיר איינער געזאגט פון דאס כאב עס אבער נישט פרובירט.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 3:59 am

אויף א סידי קענסטו האבן Ubuntu אדער Fedora אבער נישט ווינדאוס, די Live CD'S ווערן געלאודעד אויפן RAM און מען קען נישט סעיוון קיין סעטינגס פאר א קומענדיגע סעשאן.

אויב ווילסטו נוצן VirtualBox Portable דאן וועסטו דארפן א געהעריגע ווינדאוס אינסטעלעישן דיסק, און ס'וועט נאר ארבעטן אויף א געהעריגע ווינדאוס קאמפיוטער, די מעלה דערפון איז נאר אז ס'איז פארטעבל.

לגבי א Live USB, קען זיין אז מ'קען יא סעיוון סעטינגס וכדו' כ'האב עס נאכנישט אויספרובירט, און אויך אגב קען א לייוו סידי ארבעטן אפילו די קאמפיוטער האט נישט א הארד דרייוו.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 7:15 pm

אויף א יו עס בי קען מען אבער יא האבן ווינדאוס, איא?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט