בלאט 2 פון 3

געשריבן: פרייטאג אפריל 20, 2012 2:25 pm
דורך יהיה כן
וואס קען שוין זיין? כ׳הייס דא נישט עס דעליטן...

געשריבן: פרייטאג אפריל 20, 2012 2:33 pm
דורך לכתחילה אריבער
יהיה כן האט געשריבן:וואס קען שוין זיין? כ׳הייס דא נישט עס דעליטן...

א קרעש! אוןמפטירין כדאתמול.

געשריבן: פרייטאג אפריל 20, 2012 2:45 pm
דורך זייער נייגעריג
ס'מעגליך די האסט פייל, אבער נישט אלץ קען מען עס פיקסן, ס'קען אויספעלן צו דעליטן און ריפלעיסן מיט א פרישע,

געב א פרוביר מיט גוגל'ס אייפי
74.125.226.193
אדער 74.125.230.112

יאהו
72.30.38.140

געשריבן: פרייטאג אפריל 20, 2012 3:16 pm
דורך טייבעלע
עס קאן אויך זיין אז וויבאלד ASK בראוזער ארבעט יא, וואס דאס ווערט אינסטאלט א סאך מאל דורך דאונלאודען אן אנדער פראגרעם וואס איז חנם אין כסף,
און דאס מאכט אהן גערויסע חורבנות, דאס קען אויסלעשען בלאקען די אנדערע בראוזערס פון פונקציאנירען.

געשריבן: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:02 pm
דורך נאר נייעס
די בעסטע וואלט געווען ווען די קענסט אנאיסטאלען די בראוזער אין צורק אינסטאלען

דעס איז די בעסטע עצה פאר בראוזערס

געשריבן: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:04 pm
דורך נאר נייעס
יהיה כן האט געשריבן:הער פאפקארן
שוין געהאט אזוינס
ס׳ראנט עפעס א exe פייל אין די בעק גראונד וואס לאזט נישט עםענען א בלעטל
קנאק alt control insert delete פאר די task menager קנאק אויף די צווייטע טעב, גיי איבער די רשימה דארט
מאך end process פאר א יעדע exe וואס איז סוספישעס


עס קען אנמאכן אזאלעכע צרות אויב ווייס מען נישט וואס סעפישעס מיינט
אין קיינער זאל עס אוואדע נישט טרייען אויב מען ווייס נישט וואס מען טוט

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 2:05 pm
דורך לב טוב
קען מעגליך זיין א פילטער אישו, דו האסט א פילטער ?

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 3:34 pm
דורך פישל
שלום עליכם הער פאפקארן, מאכט אייך היימיש.

ביי אונז אין אפיס האט זיך אויך געמאכט אזא פראבלעם מיט איינע פון די קאמפיוטערס, און דאס איז קלאר פאראורזאכט געווארן דורך א וויירוס, אבער היות דער בעה"ב וויל זיך דערווייל נישט ערלויבן צו רופן א מומחה, באנוצט מען זיך שוין א לאנגע צייט מיט Google.co.il און אלעס גייט אן ווי געהעריג.

אדרבה אויב העסטעך אנייצע געבן דא, וועלן מיר עס אויך קענען פארעכטן ביינונז,

איך האף אייך צו טרעפן (פאפקארן) ווייטער אויף שמחות....

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 3:35 pm
דורך פאפקארן
צום ערשטענס ייש"כ פאר אלע גוטהארציגע יודן וואס האבן אריינגעוואנדערט און די אשכול צו פרובירן צו העלפען א צווייטע יוד.
צום ענין כהאב פרובירט מיט אלע ערליי תחבולות עצות וואס מען האט ציגעוויזען, געריסעט די HOST, פרובירט דורך גוגל'ס אייפי, גראדע האט עס געארבעט אבער ווען איך האב סעלעקטעט ווי למשל גוגל שאפינג האט עס מיר געוויזען מיין אלעמען באקאנטען עררראר, כהאב א פילטער-פילטער נעט און קעי 9 כגלייב נישט עס האט מיט דעם די פילטערס האב איך שוין אפאר יאר קיינמאל געהאט א פראבלעם,
דערנאך האב איך צישפאצירט צום טעסק מענעדזשיר צו זעהן ווער עס איז סוספישעס , וואס זאל איך אייך זאגען כקאן דארט קיינעם נישט אוך לייג עס ארויף אדרבא גיטס א קוק.

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 3:53 pm
דורך למעלה משבעים
קען זיין עס האט א שייכות צו דעם? http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=125157

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 5:07 pm
דורך שנאפס
DNS Resolution = GREEN

Your computer appears to be looking up IP addresses correctly!

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 8:59 pm
דורך נאר נייעס
געשענהט עס מיט אלע בראזערס??

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 9:02 pm
דורך משנה מקום
try hijack this and give the report private for one of the experts here
http://www.trendmicro.com/ftp/products/ ... ckThis.exe

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2012 9:06 pm
דורך זייער נייגעריג
Right, hijack this is one of the recommendations in such situation,
See link below
http://www.techsupportforum.com/forums/ ... 54419.html

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 3:35 pm
דורך פאפקארן
זייער נייגעריג האט געשריבן:Right, hijack this is one of the recommendations in such situation,
See link below
http://www.techsupportforum.com/forums/ ... 54419.html

אמע"כ הרב נייגעריג

כהאב געקוקט דיין לינק דאס איז מיין פראבלעם ווי געגאסן......... YIPPY ארבעט ביי מיר אויך! נו וואס ווייטער כברויך ראנען די HIJACK FILE? ני כהאב עס געטוהן און געסעווט א LOG...........

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 5:57 pm
דורך פאפקארן
א הארציגן ייש"כ פאר ידידינו המכונה "פישל" וואס ער האט מיר ארויסגעהאלפן בעצה ותושי' צו ברענגען א לעזונג צו דעם פראבלעם

די מעשה איז געווען אז אין מיין קאמפיוטער איז געווען אריינגעכאפט א געוויסע Rootkit און דאס האט זיך נישט געקלינט מיט די געווענליכע אנטי וויירוס קלינערס (ער האט מיר געגעבן א גאנצע הסבר אז געווענליכע וויירוסעס גייען קעגן דעם סיסטעם און דערפאר ווערט עס אויפגעכאפט אבער דער רוטקיט איז געלאפן אינאיינעם מיט'ן סיסטעם און וועגן דעם איז עס נישט אויפגעכאפט געווארן, דיסקלעימער: איך האב נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס ער האט מסביר געווען)

בקיצור נמרץ ער האט מיר געשאפט א גוטע פראגרעם (איך געדענק שוין נישט די נאמען...) וואס האט אויסגעהארגעט די שעדליכע חעוורע און ב"ה אלעס ארבעט ווי נארמאל.

תשואות חן חן לו

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 5:59 pm
דורך יהיה כן
אפשר דערמאנסטעך יא דעם נאמען, איך וויל שטארק וויסן, שכוח פון פארנויס

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 6:02 pm
דורך פאפקארן
כוועל שרייבן אין אישי.

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 6:02 pm
דורך פישל
שקויעך פאפקארן פאר די הארציגע ווערטער, ווערי עמאושענל געוועזן.

עס איז מיר א כבוד און א זכי' אייך צו קענען העלפן, אבער ביטע בלייב דא מיט אונז אויך נאכ'ן ווערן געהאלפן...

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 6:08 pm
דורך פישל
זוך אינפארמאציע פאר TDSSkiller

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 6:23 pm
דורך שנאפס
פישל האט געשריבן:אבער ביטע בלייב דא מיט אונז אויך נאכ'ן ווערן געהאלפן...


סעים טו יו

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 6:32 pm
דורך Rabeiny
פון ווי ווייס איך פון וועלכע סייט עס איז סעיף צו דאונלאודען?

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 6:50 pm
דורך פישל
Rabeiny האט געשריבן:פון ווי ווייס איך פון וועלכע סייט עס איז סעיף צו דאונלאודען?


איך קען נישט נעמען קיין אחריות דערויף, דעריבער האב איך לכתחילה נישט געזוכט ארויסצולייגן דעם פראגראם אין פובליק, און כ'האב אויך אזוי גע'עצה'ט פאר ידידי ר' פאפקארן. איך פריוואט האב עס באקומען פון א ידיד, און איך האב עס נישט געדאונלאוד'ט פון קיין סייט, דער פראגראם בעצם איז גוט, איך ווייס אבער נישט צו עס איז פארזיכערט ביים דאונלאודן

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:00 pm
דורך בחורהזעצער
פון די קאמפאני אליינס
support.kaspersky.com/viruses/solutions?qid=208283366

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2012 10:07 pm
דורך יהושע
אז מען רעדט שוין פון אנטי וויירעס וועל איך אויך אריין ווארפן א ביינדל.
איך נוץ avira פאר מיין אנטי וויירעס פראגרעם, שוין א לענגערע צייט, און בין זייער ציפרידען, וויפיל כ'האב נאר געסקענט אלץ האט עס געמאכט א פיינעם דשאב, אויף פארשידענע קאמפיוטער'ס הארד דרייוו'ס יו עס ביס, ס'קלינט א מחי'ה, אין די צייט וואס אנדערע פראגרעמ'ס האבן גאר געוויזן אז ס'איז יא ריין, אזוי ווי avg און avast וואס כ'האב פיינט ווי די ריחות... זיי טויגן אויף כפרות.
פאר אנטי מעלעוועיר נוץ איך טאקע Malwarebytes Anti-Malware אזוי ווי "פיקסל" האט שוין דערמאנט, מאכט אויך א פיינעם דשאב, און א גרויסן ש'כח "skunk" (אנטשולדיג, אבער איך פארשטיי נישט וואס דער הנאה פון זיך רופען סקאנק, אזוי ווי כ'פארשטיי נישט דעם סקאנק אליין פארן אנשמעקן דעם גאנצן ארום, ער ליידט דאך אליין דערפון נאכדעם :smile: ) פארן מזכיר זיין דעם SUPERAntiSpyware ס'האט מיר געמאכט א מורא'דיגן ארבעט, אינטערעסאנט ווי אלץ טרעפן זיי עפעס :oops: ...