בלאט 1 פון 1

זיך לערנען א-ב פון קאמפיוטער

געשריבן: מיטוואך ינואר 25, 2012 5:48 pm
דורך שמן למאור
ווען א גר וויל לערנען גמרא ברויך ער דאך קודם לערנען א-ב, איז דאך דא ספעציעלע ספרים דערפאר, און מיט א שטיקל צייט - ווענד זיך ווי א גוטע קאפ ער האט פארשטייט זיך , איינעם א יאהר איינעם צעהן יאהר - קען ער זיך שוין זעצן לערנען א שטיקל גמרא.

יעצט איז מיין פראגע להבדיל אלף אלפי הבדלות, איינער וואס איז א גר אין קאמפיוטער, און ער וויל זיך זעצן לערנען די א-ב פון קאמפיוטער, איז דא עפעס אן אלף בינה דערפאר ?
אויב יא, ביטע לאזט מיר וויסן דא בגלוי אדער אין אישית.

יישר כח

געשריבן: מיטוואך ינואר 25, 2012 5:57 pm
דורך אבני שיש
די for Dummies סעריע
זוך פאר: PCs for dummies, Windows for dummies.

געשריבן: מיטוואך ינואר 25, 2012 6:01 pm
דורך שמן למאור
יישר כח אבני שיש, איך לייג דא צו די לינק פון די חברה

געשריבן: מיטוואך ינואר 25, 2012 6:50 pm
דורך זייער נייגעריג
וואסערע חלק א-ב, צו ווערן א טעקנישאן, אדער צו קענען די בעסיק פאר אייגענע באניץ.

געשריבן: מיטוואך ינואר 25, 2012 7:06 pm
דורך שמעק_טאביק

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 26, 2012 11:52 am
דורך שמן למאור
די מעשה איז אזוי, א יונגערמאן אין די דרייסיגער יאהרן וואס האט אין זיין לעבן קיין קאמפיוטער נישט אנגערירט, וויל אריינגיין אין ביזנעס, נארמאל היינט ברויך מען קענען עפענען א קאמפיוטער צו קענען פירן א ביזנעס, איך רעד נישט פון קענען פראגראמען, פשוט עפענען א פאלדער עפענען א פייל, וויסן וואס קטרל באטאן איז וואס שיפט איז, וכו' וכו', איז דער אינגערמאן געקומען צו מיר אז איך זאל אים אויסלערנען, יעדען טאג 6 אזייגער איז דער אינגערמאן געקומען צו מיר אין אפיס, איך האב געהאלטן נאך א טאג ארבעט, געדולד האביך נישט געהאט, און נאך זעהענדיג ווי ער ווייסט נישט מימינו ומשמאלו, עס האט מיר נאך מער ארויסגענומען פון די געדולד גרעניצן, האביך אים פארגעשלאגן צו גיין צו ר' "די פאקט" זיך לערנען ביי זיינע קורסעס, און אזוי וועט ער קענען געהעריג קאמפיוטער כדבעי, היות אבער ר' "די פאקט" גיט די קורסעס נאר אין קרית יואל און אין וויליאמסבורג האט ער מיך געפרעגט צו עס איז דא עפעס א בוך זיך צו לערנען וכו', אבער פארשטייט זיך א בוך אדורכצולערנען איז יענע מעשה.

בסך הכל, ער זיכט א ר' "דער פאקט" אין קאנאדא, אדער א ביכל אדער א פראגראם וואס לערנט נאר א-ב מיט נקודות, און פון א-ב מיט נקודות וועט ער בעזהשי"ת אליין קענען לערנען עברי.

האט עטס ארויס די שאלה ?

אפשר איז דא ערגעץ אפילו אן אשכול פון א שרייבער כגון מר. פאטאשאפ, וואס שרייבט "פארוואס זאלט איר נישט קענען קאמפיוטער, און דארטן וועט ער ארויסהאבן אלע נקודות נחוצות וואס עס פעהלט אויס צו וויסן.

אגב, איך האב אנגעוויזן פארן אינגערמאן דעם זייטל, אז ווען ער וועט שוין פיהרן זיין ביזנעס על מי מנוחות, און ער וועט שוין וויסן וואס א קאמפיוטער איז, זאל ער קומען באזוכן דעם זייטל ווען ער האט צייט, און דעמאלטס וועט ער אנטרעפן דא מיין תגובה, אפשר וועט ער זיך פרעזענליך דא באדאנקן פאר אלע וואס האבן אין וועלן ארויסהעלפן.

יישר כח

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 26, 2012 5:56 pm
דורך מומחה עצום
שמן, איך מיין אז דער בוך איז די ריכטיגע זאך וואס דו דארפסט, מאך נאר זיכער אז דו האסט די לעצטיגע עדישען

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 26, 2012 6:00 pm
דורך leiby
די נאמען מאכט מיר לאכן, כ'וואלט געכאפט א בליק דערין..

געשריבן: מיטוואך פאברואר 15, 2012 10:23 pm
דורך משיח
מענין לענין, איך וויל זיך יא לערנען קאמפיוטערס מער די אינעווייניגע חלק, די פראגרעמינג חלק, נישט אויף צו ווערן א פראגרעמער, אבער צו האבן מער ידיעות, און קענען זיך אן עצה געבן און ארויסהעלפן אנדערע בעת צרה.

ווי לערנט מען זיך דאס?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:41 pm
דורך leiby
זיך פאר Comptia A+
זיך צו לערנען די גאר אינעווייניגסטע, זיך פאר Windows Internals, אבער דאס פעלט בכלל נישט אויס זיך אויסצוקענען.