בלאט 1 פון 1

מיין מייזל פוינטער פליט ארום

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 11:54 am
דורך 3x0
עס מאכט זיך אסאך מאל אז די פוינטער פון מיין מייז פליט אוועק פון ווי איך האלט עס.

איי וואס גייט מיך עס אן?

געווענליך ווען איך ליין עפעס אויפ די קאמפיוטער, סעלעקט איך די שורה, אדער פערעגרעף ווי איך האלט, און ווען די מייזל מאכט אפ אוועק צו פליען פון ווי איך האלט, פליט מיט די פעידזש, ווייל איך האלט דאך געדריקט די לינקע קנעפל פונעם מייז.

אין ניץ א אפטיקעל (יא, אזוי הייסט עס?) מייז.

קען מיר איינער העלפן?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 11:57 am
דורך מאשקע
אפשר איז די ווייער צו קורץ? אדער ליגט די מייזל אויף א "סוירפעיס" וואס צעמישט דעם מייזל? מאך זיכער אז ס'ליגט אויף א "מאוז פעד" אדער פאפיר אן קיין ווערטער.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 12:02 pm
דורך 3x0
עס איז נישט די מאוז וואס פליט ארום, נאר די פוינטער פונעם מאוז, און עס ליגט אויך די מאוז פעד וואס דעלל האט מיטגעשיקט מיט מיין קאמפיוטער.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 12:05 pm
דורך מאשקע
ווייס איך דיר נישט וואס צו זאגן. אפשר דער טאביק_שמעקער וועט וויסן בעסער.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 12:07 pm
דורך abimlaibt
3x0 האט געשריבן:עס איז נישט די מאוז וואס פליט ארום, נאר די פוינטער פונעם מאוז, און עס ליגט אויך די מאוז פעד וואס דעלל האט מיטגעשיקט מיט מיין קאמפיוטער.

אה נישט די מויז? כאב שוין אויפגעהויבן מיין פיס פין אונטערען טיש,
אין צום ענין, פרוביר אויסצובלאזען ביי די לעיזער לייט פין הונטען וואס פארט אויפ'ן ס'טיש,

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 12:29 pm
דורך 3x0
איך האב פרובירט אויסצובלאזען, און עס איז געגאנגען.. עס העמיר זעהן צו עס וועט העלפן.

אויף ביזדערווייל נעם איך אן נאך עצות.

יישר כח פאר בעלי תשובות.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 12:56 pm
דורך לחיים ולברכה
שטעל אראפ אביסעלע סם....
אדער קלעבאכץ.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 1:15 pm
דורך 3x0
לאמיך שנעל צירוק דרייען די אשכול, פאר עס פארפארט אינגאנצן.

אבי'ס עצה האט נישט געהאלפן :-( , איך האב יעצט געוואלט עפענן א פאלדער, איך ריק די מאוז צום פאלדער, איך דאבעל קליק, און עס געט א פלי אראפ צו די טאלבאר, און אזויווי איך האלט דאך אינמיטן קליקן, האט זיך געעפענט א אנדערע פעידזש, וואס איז געווען מינימייזט.




מאשקע,

די ניצט דאך די זעלבע בראוזער ווי מיר. אסאך מאל ווען איך וויל ריפרעשן מיט די מאוז, אדער סיי וועלכע זאך איך וויל טון מיט די מאוז, ווערט רויט א גרויס חלק פון די פעידזש.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 1:46 pm
דורך מאשקע
טריאו;
קודם זאג צי דער פראבלעם איז נאר אין אינטערנעט, אדער אין גאנצן קאמפיוטער בכלל.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 1:51 pm
דורך 3x0
די גאנצע קאמפיוטער.

ווען איך דארף אפטעגן טשעקס (פאר ווער עס ווייסט וואס מיינט) מאכט זיך אפאר מאל אז איך טעגט אפ נישט ריכטיגע טשעקס.


עס געשעהט נישט זייער אסאך מאל, אבער איך האב שוין נישט קיין געדילד דערצו.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 1:54 pm
דורך מאשקע
עצה: פלאג איין א מייזל פון אן אנדערן קאמפיוטער ביי דיר, וועסטו וויסן צי דער פראבלעם איז מיט'ן מייזל אדער מיט'ן קאמפיוטער זעלבסט. נאכדעם העמיר רעדן ווייטער.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 1:55 pm
דורך לחיים ולברכה
טריאו, פרוביר קודם מיט אן אנדערע מייזל צו זעהן אויב די מייזל איז דער פראבלעם. אסאך קען זיין אז ס'איז די סאפטוועיר מיט די מייזל, פרוביר. אז נישט עמיר זעהן עפעס אנדערש.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 1:57 pm
דורך מאשקע
שני נביאים נתנבאו בסגנון אחד.
טריאו; יעצט דארפסטו שוין זיכער פרובירן די עצה.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 2:01 pm
דורך 3x0
אי"ה ביי די נעקסטע געלעגנהייט.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 5:25 pm
דורך קרעזי
טריאו,

צרת רבים חצי נחמה. איך ווייס פון דעם פראבלעם פון וואס דו רעדסט. איך האב עס שוין געזעהן פיהל מאהל. איך בין כמעט ברור כשמש אז די פראבלעם איז די פיזישע מויז זעלבסט און נישט די סאפטוועיר. איך האב דאס געזעהן נאר ביי אפטישע מייזן, און נישט ביי די אלטע סארט וועלכע זענען באזירט אויף א קליין טאבעלע וועלכע דרייט זיך פון אונטן. איך ווייס אבער נישט וואס די עצה דערצו איז. איך מיין זאלסט פרובירן צו לייגן דעם מויז אויף א צווייטער זאך. אויב עס איז יעצט אויפן מויז פעדל, נעם עס אראפ און לייג עס אויפן טיש, און קוקט צו עס ארבעט גוט.

צווייטענס, קענסט גיבן א קוק צו די מויז פעד איז אויף די ריכטיגע זייט? עס קען זיין אז דו האסט דאס פשוט איבערגעדרייט אויף די אומריכטיגע זייט, און דאס שאפט דיר אן די צרות דא.

כל טוב

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 5:32 pm
דורך צייטליך
איך האב א דעלל מייז, א דעל פעד, אויף די ריכטיגע זייט, און עס פאסירט ביי מיר פונקט אזוי,
ס'קוקט אויס ווי די קאפמיוטער כאפט א שאקל, און דער מייז לויפט צו איינע פון די עקן אויפן סקרין, כ'מיין (ווער בין איך ? אה צייטליך) אז עס איז נישט דער מייזל'ס פראבלעם, ס'האט מיטן קאמפיוטער.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 5:36 pm
דורך א אידעלע
אסאך מאל ווען די מייז באמערקט א קעצל, קען עס ווערן צוווילדעוועט.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 5:38 pm
דורך מאשקע
מ'האט שוין איינמאל פרובירט צוריקצודרייען דעם אשכול צום נושא.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 15, 2007 5:59 pm
דורך סאכדעס
צייטליך האט געשריבן:איך האב א דעלל מייז, א דעל פעד, אויף די ריכטיגע זייט, און עס פאסירט ביי מיר פונקט אזוי,
ס'קוקט אויס ווי די קאפמיוטער כאפט א שאקל, און דער מייז לויפט צו איינע פון די עקן אויפן סקרין, כ'מיין (ווער בין איך ? אה צייטליך) אז עס איז נישט דער מייזל'ס פראבלעם, ס'האט מיטן קאמפיוטער.



פון וואנעט נעמסטו אבער אז סיז נישט דער מייזל פראבלעם? האסט פרובירט אנאנדער מייזל?

געשריבן: פרייטאג מארטש 23, 2007 7:22 am
דורך קרעזי
נו, מאי הוה עלה? וואס איז די ענדע פון די געשיכטע?

געשריבן: פרייטאג מארטש 23, 2007 9:30 am
דורך cano
3X0 איך טראכט יעצט אז עס קאן זיין אז עס איז דא א אפשען אויף דיין לעפ טאפ אויסצילעשען די מייזעל וואס קימט אריינגעבויט אינעם לאבע טאפ, און נאר ניצען די איינגעפלאגטע מייז, אפשר אז די וועסט דאס טיען וועט שוין די פוינט נישט ארימפליען בשעת דיין ארבעל ליגט אנגעליינט אויפען מייז.

נ.ב. איך מיין אז די האסט א לעב טאפ, איא?

געשריבן: פרייטאג מארטש 23, 2007 9:53 am
דורך 3x0
איך האב געטון אזויווי איך געדענק שוין נישט ווער האט גע'עצה'עט, און אראפגענומען די מייזלל פון פעד, און זייט דעמאלס האב איך נאכנישט אויפגעפאסט אז עס זאל געשעהן.


קאנאו, יא, איך האב "אויך" א לעפ טאפ, און דארט האב איך נישט די פראבלעם.


א גרויסן שכוח פאר אלע וואס האבן געוואלט העלפן.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 10:49 am
דורך איוואן
איך האב שוין עטליכע מאל געהאט די פראבלעם, און איך האב עס געלייזט דורך'ן זיך איינהאנדלען א נייע גוטע פעד וואס מען קען באקומען פאר אפאר טאלער און אלע אפיס סופליי געשעפטן אדער וועב זייטלעך, וואס איז ספעציעל פאר דעם פראבלעם.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2007 1:34 pm
דורך סאכדעס
איך האב עס אויך אויף א לעפטאפ, סווענד זיך אויך אויף וועכע טיש איך זיץ, און אזוי אויך אויב נוץ איך די ארידזשנעל פעד פון דעל וואס איז מיטגעקומען מיט'ן לעפטאפ, האביך קיינמאל נישט דעם פראבלעם.

סקראולן מיטן מאוז

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2018 6:33 pm
דורך אדער יא
מיין מאוז לאזט זיך נישט סקראולען, עפעס האט עס אזא שטיקל אינדערמיט ווען איך דריק עס מיט כח קען עס צו מאל העלפן פאר א ביסל, ווייסט איינער וויאזוי אנצושטעלן ער זאל זיך לאז סקראולן פאל טיים ?

mz.jpg
mz.jpg (68.92 KiB) געזען 6510 מאל