בלאט 1 פון 1

ווי שטעלט מען אן ווי ער זאל גיין זוכן פייל עקסט.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 12:33 pm
דורך בחורהזעצער
היינט האב איך אינסטאלט אין מיין קאמפיוטער עטליכע פרייע סאפטווער, אלעס גייט ב"ה כשורה, אבער קוקט אויס אז זיי האב צוגעלייגט אן עדווער אז בשעת איך וויל עפענען א פייל וואס איך האב נישט קיין דיפאלט פראגראם, אנשטאט צו פירן צו מייקראסאפט כנהוג, פירן זיי מיך צו אן אפגעפליקטע סייט, וואס ווייסט נישט נאר פון איין זאך צו איך וויל מאכן א סקען אויף מיין קאמפיוטער, אט איז די סייט: www.filefacts.net.

מיין שאלה איז צו עס איז דא א פלאץ ווי אנצושטעלן דעם url ווי ער זאל גיין זוכן, אדער איז דאס א פארגאנגעהייט? במדבר הזה יתמו ושם ימותו! נעקסטיים וואטש וואס די אינסאלסט!

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 1:06 pm
דורך aperlscript
וואספארא פיילס האסטו וואס האט נישט קיין דיפאלט פראגרעם??
יעדע פייל האט אן אסיסעטעד פראגרעם דאס צו עפענען (פאראן וואס זענען קאמפעטיבל מיט מערערע פראגרעמס), מן הסתם האסטו דאס אינסטאלד נאר עס איז נישט גוט אנגעשטעלט ,אין טאמער נישט שאף די פראגרעם דערפאר(ע''פ רוב גיין צו סיי ועלכע סייט אדער צו מייקראפאסאפט וועט נישט העלפען... מען ברויך האבן דעם פראגראם) מאך נאר זיכער אז דאס איז נישט קיין ווירוס

אנצושטעלן די דיפאלט איז די דרך הפשוט :

רייט קליק אויף די פייל>גיי צו פראפערטיס>זדשענערעל טעב

אין די צוויטע סעקשען וועסטו זען Type of File : opens with: דארט וועט איר זען א טשענזדש באטטען סעלעקט די ריכטיגע פראגראם דערפאר דאס וועט זיין די דיפאלט

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 1:17 pm
דורך אוהב חכמה
אין c:\windows\system32\drivers\etc דארף צו זיין א file מיטן נאמען hosts, עפענט דאס מיט notepad (אדער סיי וועלכע text editor), לייג די ip address פון די סייט וואס דו ווילסט ער זאל זוכן, א space, און דערנאך filefacts.net. דאס וועט הייסן אייער בראוזער צו גיין צו דעם ip address יעדעס מאל ס'זעהט filefacts.net .

בעסער איז אבער אינגאנצן אוועקצונעמען דעם נארישן dialog (איר ווייסט אליינס וויאזוי איר ווילט עפענען דעם file, אדער וויאזוי צו זוכן). נעמט דעם default programs editor, און איר קענט טון דאס -און פיל מער- גרינגערהייט.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 1:37 pm
דורך בחורהזעצער
אפערל;
האסט נישט גוט פארשטאנען, עס איז פיילס וואס איך ווייס אז איך האב נישט קיין דיפאלט פאר דעם, למשל qbw וואס איך האב נישט קוויקבוקס אינסטאלט אין מיין קאמפיוטער.

אוהב;
איך האב דאס געטרייט צו מאכן, אבער עס ארבעט נישט, קען זיין אז איך האב דאס נישט פארשטאנען.
איך האב געשריבן אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

#   174.133.251.214 filefacts.net

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 1:40 pm
דורך אוהב חכמה
נעם אוועק די # פון אנהייב, דאס מאכט ס'זאל זיין א קאמענט (וואס דער קאמפיוטער ליינט נישט).
הצלחה רבה.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 9:58 am
דורך בחורהזעצער
איך ווייס נישט פארוואס, ביי מיר ארבעט עס נישט עס טוישט זיך גארנישט פון ווי אזוי עס איז פארדעם געווען.

איך האב געשריבן אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

174.133.251.214 filefacts.net