בלאט 1 פון 1

וואס מיינט די מעסעדזש?

געשריבן: זונטאג יולי 31, 2011 10:09 pm
דורך מי יודע
אנטשולדיגט איך עפן א פרישע אשכול איך ווייס אבער נישט ווי צו לייגן מיין פראגע

לעצטענס ווען איך זעץ מיר צום קאמפיוטער און איך עפן די סקרין סעווער אריינצוסיינען מיט מיין פעסווארד צום קאמפיוטער, קומט פאר דעם ארויף א מעסעדזש ווי פאלגענד
There is an ip adress conflict with another system on the network
ווייסט אפשר איינער פשט פון די ווערטער?

געשריבן: זונטאג יולי 31, 2011 10:17 pm
דורך פאטאקי08
א ריבוט ביטע אויב העלפט עס נישט דאן טוישט אייער אייפי מעניולי
סטארט
ראן
cmd
ipconfig /release
ipconfig /renew

געשריבן: זונטאג יולי 31, 2011 10:39 pm
דורך leiby
ביסט אויף א נעטווארק מיט נאך חברה? קוק צו איינער האט נישט לעצטענס געמאכט א סטעטיק אייפי די זעלבע ווי דיינס.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 1:27 am
דורך שוועמל
אויב האסטו קאנעקטעד א ראוטער מיט א VOIP למשל קענען זיי מאכ א קאנפליקט.

פאלג פאטאקי.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 8:30 am
דורך מי יודע
leiby האט געשריבן:ביסט אויף א נעטווארק מיט נאך חברה? קוק צו איינער האט נישט לעצטענס געמאכט א סטעטיק אייפי די זעלבע ווי דיינס.

איך נוץ די זעלבע קאנעקשאן מיט נאך איינעם, קען זיין אז ס'איז דאס? אויב יא דארף נאך אלץ פאלגן פאטאקי?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 5:15 pm
דורך leiby
שאדט נישט, די שאלה נאר צו ער וועט זיך נישט אמאל ווייטער צאמקלאפן, (קוקט אויס ביסט שוין סייווי געהאלפען)