בריעפקעיס - briefcase

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

בריעפקעיס - briefcase

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יוני 21, 2011 5:58 pm

איך וואלט געוואלט שטעלן א קליין שטיקל פראגע:

יעדער דא ווייסט מן הסתם פון אזא זאך ווי א בריפקעיס, דאס הייסט אז מען מאכט א בריפקעיס אויף א פארטעבל דעווייס, (יו.עס.בי.פלעש דרייוו, הארד דרייוו) און מען סינקט עס צו א פייל אינעם קאפ-טוטער, און יעדעס מאל מען אפדעיט דעם פייל אינעם קאפ-טוטער, קען מיט איין קוועטש אויפן קנעפל (נישט אנקומען צו השחתה...) עס אפדעיטן.

יעצט איז מיין שאלה אזוי, איך האב געהאט א פולן קאפ-טוטער, מיא אסאך סחורה וואס איך האב געמאכט, און צוויי פיילס וועלכע זענען מיר געווען וויכטיג ביז גאר האב איך געהאט אויף צוויי בריפקעיסעס אויף א פארטעבל הארד דרייוו, און ויהי היום דער מעין הארד דרייוו פון מיין כלי איז געגאנגען 98, און איך בין געגאנגען צו... (איך וויל נישט זאגן וועגן אדווערטייזמענט), און ער האט באשטעלט א נייע הארד דרייוו, און פראבירט צו ראטעווען די אלטע עניי ועמלי וכו'.

יענעם טאג בין איך צוגעגאנגען מיט א שטיקל טרייסט געפיל צו א אנדערע קאפ-טוטער, און אריינגעלייגט דעם פארטעבל הארד דרייוו, און איך געב א דאבל קליק אויף דעם בריפקעיס וועלכע איז מיר געווען גאר וויכטיג, און עס קומט ארויף ווי פאלגענד:

this drive is inaccessible

און איך בין געשטאנען ווי א אנגעגאסענער מיט א טאפ הייס וואסער, וואס עט זיין דא???, עס איז געווען א פייל פון רעקארדינגס וואס איינער האט מיר אנגעטרויעט, ער האט נישט קיין איין פייל, און איך האב 'טו בי אן די סעיף סייד' געמאכט א בריפקעיס אלס בעקאפ, און איך האב נישט קיין צוטריט דערצו.

ב"ה, מיר האבן שוין היינט ב"ה צוריקגעקריגן דעם נייעם קאפ-טוטער, און אלע אלטע פיילס זענען ווי אין וואסער אריין, שוין חבל על דאבדין, רוב וויכטיגע האב איך שוין עניוועי געהאט געסעיווט ערגעץ אנדערש אויף א רעגולער פייל פארמאט, משא"כ די בריפקעיסעס, און מיט פחד שטעקן מיר איין דעם פארטעבל דיווייס, ווייל אויב אלע אינפארמעישאן איז אויסגעמעקט, דאן פארוואס זאל דער בריפקעיס ארבעטן, ער האט דאך נישט פון ווי צו סינקען זיינע סחורה, אבער ב"ה ער האט געארבעט, טאקע ער איז געשטאנען ‘orphan’ אבער ער האט אלע פיילס.

אבער איך האב געהאט נאך א בריפקעיס דארט וואס ארבעט אבער נאך אלץ נישט, עס איז נישט אזוי וויכטיג, אבער אפשר קען מיר איינער זאגן וויאזוי צו מאכן א בריפקעיס און עס זאל ארבעטן אויף א אנדערע כלי?.

איי ווי ריעלי אפרישיעיט איט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך יוני 22, 2011 10:39 am

נא טייערע אידן, קען מיר איינער העלפן?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך יוני 22, 2011 9:07 pm

אויף וועלכע ווערסיע פון ווינדאוס האסטו עס געמאכט?

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך יוני 22, 2011 9:42 pm

גארנישט פ' (xp)
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך יוני 22, 2011 9:55 pm

ביידע קאמפיוטערס זענען די זעלבע ווערסיעס?


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט