בלאט 1 פון 1

סעיוון א אימעזש - פליט אלעמאל צו מיי פיקטשורס

געשריבן: מיטוואך מאי 11, 2011 2:03 am
דורך שוועמל
אין IE ווען איך סעיוו א בילד דורך רייט קליקן > סעיוו עס >>
גייט ער ביי דיפאלט צו די "מיי פיקטשורס" פאלדער, טראץ דעם וואס כ'אב א מינוט צוריק געסעיווט אימעזשעס צו א אנדערע פאלדער.

דאס מאכט אומאנגענעם צו ברויכן כסדר אויפזוכן צוריק יענע פאלדער צו וואו איך וויל זיי סעיוון.

עני עצה?

געשריבן: מיטוואך מאי 11, 2011 2:16 am
דורך שוועמל
ענדליך געטראפן רעדן דערפון, דארט שרייבן זיי א סאלושען, גיימיר פרובירן.

http://answers.microsoft.com/en-us/ie/f ... 2d79bca62e

געשריבן: מיטוואך מאי 11, 2011 10:17 pm
דורך שאלת_חכם
אין פייערפאקס איז דא אן אפציע אנצושטעלן ווי צו סעיוון

גיי צו Tools נאכדעם Options אויב קוקסטו גראד וועסטו עס גלייך טרעפן

געשריבן: מיטוואך מאי 11, 2011 10:28 pm
דורך שוועמל
איך רעד נישט פון פייערפוקס, דארטן איז עס גוט.

און איך האב גארנישט פון טוישן דיפאלט ווייל נישט דאס וויל איך, איך וויל אז ער זאל געדענקן די מאסט ריסענט לאקעשאן און דארט אהינסעיוון אלעס.


אין דעם לינק זענען זיי מסביר אזוי:
אין ווינדאוס 7 האט מייקראסאפט געטוישט אז יעדע טעב איז א פראסעס פאר זיך (אין טעסק מענעזשער קען מען זען אסך פראסעסעס פון IEXPLORER), דאס איז דער דירעקטער גורם צום פראבלעם פון סעיוון ווייל ער קען נאר געדענקען פאר זיין אייגענע פראסעס און נישט פאר אנדערע טעבס\פראסעסעס.

די ווארקאראונד איז צו עדיטן די רעגיסטרי אז א טעב זאל נישט ווערן קאנסידערט אלס נייע פראסעס נאר ענדערש אלס נייע טרעד אזוי ווי אין XP.
כ'אב שוין געטוישט די רעגיסטרי אבער מען ברויך ריסטארטן, כ'אב נישט קיין נערוון יעצט.

געשריבן: מיטוואך מאי 11, 2011 11:15 pm
דורך לאז געמאכט
they changed it to improve the speed. why would you change that for such a small inconvinace?

געשריבן: מיטוואך מאי 18, 2011 1:52 am
דורך שוועמל
כ'אב געטון ווי זיי אינסטראקטן, ס ארבעט א מחיה, די מאוסט ריסענט פאלדער עפענט זיך אלס אויף אין יעדע טעב.

לאז;
איך פארשטיי נאכנישט אלעס, און זיכער נישט די מעלה פון האבן עקסטרע פראסעס, דערווייל זע איך נישט ס'זאל עפעקטירן די ספיד מיט א האר.