בלאט 1 פון 1

פראבלעמען מיט copy/paste

געשריבן: פרייטאג אפריל 15, 2011 6:50 pm
דורך שוועמל
די לעצטע טאג האב איך משוגע'נע פראבלעמען ווען איך נוץ קאפי פעיסט, לרוב נוץ איך די שארטקאטס פון קטרל+C און קטרל+V דאס האט אלעמאל פיין געארבעט צווישן אלע סארטן אפליקעשאןס.

אבער יעצט מאכט עס געפערליכע קונצן, טיילמאל קאפיט ער נישט, טיילמאל פעיסט ער נישט, סיי צווישן די זעלבע פראגראם למשל קוויקבוקס אדער א בראוזער און סיי צווישן אנדערע פראגראםס למשל פון א פדף פייל צו פעיסטן צו IE, איין מאל ארבעט עס יא און דריי מאל נישט, און טייל מאל נאר נאכן דרוקן צוויי מאל אין א ציה קנטרל+V וכדומה.

קיצור סיז דא א גרויסע מעסאפ דא, קען איינער העלפן עמערזענסי איך בין ממש נישט פראדוקטיוו אזוי.


דאנקע גדולה.

מיר קוקט עס אויס ווי א קיעסטראוק סעטטינג, איך ווייס נישט וויזוי מען ריסעט צו דיפאלט, קען נישט טרעפן אין גוגל.

געשריבן: מוצ"ש אפריל 16, 2011 11:38 pm
דורך יואל ווייס
האסטו בודק חמץ געווען אונטער די קנעפלעך?

געשריבן: מוצ"ש אפריל 16, 2011 11:48 pm
דורך שוועמל
עס איז נישט דאס.

ווען איך רייט קליק צו קאפי-פעיסטן איז די זעלבע פראבלעם.

געשריבן: זונטאג אפריל 17, 2011 1:52 am
דורך פארדינט
איינער האט לעצטענס באמערקט אז שוועמל האצעך צילאזט!!! כ'מיין שוין צייט אריינציגיין און פריזער... זאג נאר א האנט זייגער לכבוד יו"ט האסטו שוין געקויפט...
צום ענין, לכאורה דארפסטו טוישן דיין קיבארד, ס'קען זיין אז איינע פון די קנעפלעך בלייבן אראפגעדרוקט א גאנצע צייט(אזוי ווי איך האב שוין געהאט) אין דאס מאכט די קינצן.

געשריבן: זונטאג אפריל 17, 2011 1:07 pm
דורך פאטאקי08
געהאט אזא וויירוס א לאנגע צייט ביז איין טאג האב איך געדאונלאוד עי ווי דזשי אנטי וויירוס און ער האט עס געפיקסט

געשריבן: זונטאג אפריל 17, 2011 1:31 pm
דורך שוועמל
יעצט איז למעשה אלעס צוריק גוט, אזוי זעט עס אויס עכ"פ.

חוששני אז דאס איז גשען צוליב א רעמאט קאנעקשאן וואס כ'אב געהאט אפן און די סעטינגס איז געווען אנגעשטעלט צו "סוויטשן קיע קאמבינעשאנס" וואס האט לכאורה בייגעשטייערט אז די קלייענט קיעבארד איז געווען האלבוועגס קאנטראלירט דורכן רעמאט.