בלאט 1 פון 1

רעסייקעל בין איז קארופטירט

געשריבן: דינסטאג אפריל 12, 2011 10:49 am
דורך שמיי_דריי
איך האב אזא פראבלעם.

מיין רעסייקעל בין איז געהעריג דא אבער ווען איך דעליט א פייל, גייט עס נישט אריין אהין, נאר עס ווערט אינגאנצן פארשווינדען.

עס איז מיר ארויף געקומען א מעסעטש אז מיין רעסייקעל בין איז קארופטירט.

עני העלפ?

געשריבן: דינסטאג אפריל 12, 2011 11:01 am
דורך קורץ און שארף
מאך א רעוולאציע און ווארף ארויס דעם קארופטירטן

געשריבן: דינסטאג אפריל 12, 2011 12:55 pm
דורך שמיי_דריי
אתה נאה ושמך נאה לך...

אזוי קורץ און שארף צו ענטפערן...

עס קוקט ליבערשט אויס ווי איר האט ספעציעל אויסגעוועהלט דעם נאמען פאר אט די תגובה...

אבער לדאובינו הייב איך נישט אן צו פארשטיין וואס איר האט געשריבן.

איך וואלט זייער געקענט באשטיין עס צו הערן מיט אביסל מער הסברה.

שכח פון פארויס.

געשריבן: דינסטאג אפריל 12, 2011 1:43 pm
דורך למעלה משבעים
וועלכע ווינדויס?

געשריבן: דינסטאג אפריל 12, 2011 4:02 pm
דורך שמיי_דריי
windows xp service pk 3

געשריבן: דינסטאג אפריל 12, 2011 4:10 pm
דורך למעלה משבעים
דאס העלפט דיר?

געשריבן: מיטוואך אפריל 13, 2011 10:57 am
דורך שמיי_דריי
יא, עס האט געהאלפן, זיי שרייבן עס נישט ארויס אזוי קלאר אבער איך האב עס געפיגערט.

איך שרייב ווי אזוי דא גייט צו אז טאמער וועלן איינע פון אונזערע חברים אמאל האבן דעם פראבלעם זאלן זיי וויסן וואס צו טוהן.

מען ברויך פאלגן זייערע סטעפס, דאס דעליט די גאנצע רעסייקעל בין און דערנאך ברויך מאן מאכן א ריסטארט און די קאמפיוטער כאפט גלייך אויף אז די רעסייקעל בין איז נישטא מער, און ער קריעיט פון זיך אליין א שפאגל נייע רעסייקעל בין.

א גרויסן ישר כח און א שיינע דאנקע אייך פאר די לינק.