כ'קען נישט טייפען שנעל

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

כ'קען נישט טייפען שנעל

תגובהדורך מעסטערמיינד » דאנארשטאג יולי 20, 2006 7:59 pm

יא אזוי ווי איר הערט, די מעשה איז אזוי איך האב אינגאנצען לעצטענס אנגעהויבן ניצען טעגליך א קאמפיוטער, און ווי פארשטענדליך אז כ'האב נישט גענוצט א קאמפיוטער אפט, האב איך מיך קיינמאל נישט אויסגעלערנט טייפען, אבער דערזייט איך ניץ שוין יא, איז מיר עס עניואינג (שטערליך) ווייל ס'איז פלענטי (גענוג) דא ווען כ'עט ווען געוואלט אפשרייבען א לאנג'ס און א ברייט'ס אבער ס'איז בעל כרחו מקצר ווייל כ'ווער נערוועז ניצענדיג בלויז צוויי פינגער'ס צו טייפען, קומט אויס אז נישט אלעמאל קומען מיינע ווערטער אויס מיט די כוונה וואס איך העט ווען געוואלט, (כ'שטעל מיך פאר אז ס'איז דא וואס טראכטען יעצט אהאה' וועגן דעם פארשטיי איך נישט האלב פון זיינע תגובות) און נאכמער געוויסע מאל אזוי טייפענדיג וויבאלד ס'נעמט מיר יעדע ווארט צו טייפען לענגער ווי איך טראכט וואס צו שרייבען ווייטער, געשעהט אסאך מאל אז כ'לייג אריין אותיות וואס קומט שוין אין די נקסטע ווארט, נאך אין די פאריגע ( ווייל ווי באוויסט איז אז א מענטש'ס מחשבה טראכט עפעס און בשעת מעשה טוט מען עפעס אנדערש איז מאכט זיך אמאל אז וואס מ'טראכט ווערט אויס געטיישט אינעם מעשה לדוגמה רעד אויפן טעלעפאון און שרייב אין די זעלבע צייט, איז קען געשעהן צוויי זאכען אויב טראכסטו פון וואס דו רעד'סט מער וועסטו זיך דערזעהן מיט א א טראנסקריפט פון דיין שמועס ווען דו לייגסט אראפ [אסאך שפינאזש אגענטן פלעגן זיך באנוצען דערמיט ווען זיי האבען געוואלט וויסען וואס איינער האט גערעדט] אויב אבער טראכסטו מער פון וואס דו שרייבעסט וועט דער צו וועם דו רעדסט דיך אפאר מאל פרעגן וואס, פאס אויף נעקסט טיים) עניוועי זעהסט כ'האב אנגעהויבען שרייבען אין מיין משבה האט מיך ערגעץ אוועק גענומען. בקיצר הדברים מ''ארף טרעפן א לעזונג דערצו ( (ווי פארשטענדליך זענען דא וואס טראכט'ן נא נא נא בעסער טרעף נישט קיין לעזונג ס'איז בעסער וואס ווייניגער דו שרייבסט),,..
די בעסטע וואלט געווען ווען כ'זאל ווען האבען אזא מאשין וואס איך וועל רעדן און דער מאשין וועט דאס אפטייפען פאר מיר אז עפעס וועט מיר נישט געפעלן וועל איך עס אויסמעקען אריין רעדען נאך אביסל, ער טייפט עס אפ, כ'מאך קאפי - פעיסט און אזוי אלעס איז פאראכטען , איך כאפ אן די גאנצע מעשה קאפי עס אריין און א אשכול און פטור אן עסק,
הא נו וואס זאגט איר צו מיין פלאן ? געפעלט עס אייך?.
ביי ד'וועי איז דאך נאך איינער וואס האט דעם פראבלעם?.....
לעצט פאראכטן דורך מעסטערמיינד אום מאנטאג אוקטובער 23, 2006 10:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג יולי 20, 2006 9:23 pm

איך טייפ אויך שטייטער ווי איך וואלט געוואלט טייפען, און קען זיין אז איך וואלט מיך אויך געלאזט מער הערן ווען איך וואלט געקענט שנעלער טייפען.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג יולי 20, 2006 10:41 pm

אויף ענגליש האב איך שוין גראדע געזעהן א פראגרעם וואס מען קען אריינרעדן אין א מייק און עס טייפט זיך אליין אויף, איך ווארט נאר צו זעהן ווען עס וועט ארויסקומען פאר אונז היימישע אידעלעך.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דאנארשטאג יולי 20, 2006 11:08 pm

בעני
טענק'ס כ'רעד פון אידיש, ענגליש האב איך שוין אויך געזעהן און כ'גלייב נישט אז דער עולם דא וויל ליינען ענגלישע לאנגע תגובות....

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

תגובהדורך תהוובהו » דאנארשטאג יולי 20, 2006 11:43 pm

עס איז דא זייער פראקטישע פראגראמען וואס לערנט אויס טייפן מיט די צען פינגערס - וואס דאס מיינט אויטאמאטיש: שנעל.
פארשאף דיר אזוינס, עס וועט דיר נעמען א גאר קורצע צייט -איבערהויפט נאך אזויפיל פראקטיצירן דא אין קרעטשמע - און דו וועסט קענען טייפן באלד שנעלער ווי דו רעדסט.
די וואך אין פרק:
רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'
רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק

אוועטאר
יז בתמוז
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

תגובהדורך יז בתמוז » פרייטאג יולי 21, 2006 8:51 am

דא איז דא א סייט אונליין http://www.zigzagworld.com/HKTutor/hthe.htm
מיר האט דאס גוט געהאלפן.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג יולי 21, 2006 10:57 am

זאג, וויפיל זאקן האסטו דארט אריינגעריקט?

איך פרוביר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:32 pm

תגובהדורך איך פרוביר » פרייטאג יולי 21, 2006 12:49 pm

יישר כוח יז פאר די לינק, איך בין מיך ממש מחיה.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יולי 21, 2006 12:56 pm

מעסטער אזוי נישט קענענדיג טייפן זעה איך אז דו האסט אראפגעלייגט א מעסטער ארטיקל.
כה לחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 28, 2006 4:42 pm

איך האב א פראגראם וואס איך קען דיר אריינשיקן אין אימעיל, ברויכסט עס?

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » פרייטאג יולי 28, 2006 4:44 pm

יא

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יולי 28, 2006 5:15 pm

פאר מיר אויך

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג יולי 30, 2006 10:12 am

פאר מיר אויך

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג יולי 30, 2006 12:13 pm

דעם שבת האב אי געלערנט אין פרק, אל תפרוש מן הציבור. סאו אויב די קענסט, שיק עס מיר אויך.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » זונטאג יולי 30, 2006 12:47 pm

קרעמער
כ'מיין אז דו זאלסט לייגען א לינק דא. פארשטייט זיך אויב ס'איז מעגליך.
אגב סאכדעס'ס לינק איז גאנץ גוט.. יישר כח סאכדעס, קרעמער

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג יולי 30, 2006 1:47 pm

קרעמער;

וואו איז מיינס?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יולי 30, 2006 4:23 pm

מעסטערמיינד האט געשריבן:קרעמער
כ'מיין אז דו זאלסט לייגען א לינק דא. פארשטייט זיך אויב ס'איז מעגליך.
אגב סאכדעס'ס לינק איז גאנץ גוט.. יישר כח סאכדעס, קרעמער


אגב האב איך נישט געגעבן קיין שום לינק.
הערה בעלמא.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » זונטאג יולי 30, 2006 4:29 pm

סאכדעס
טעות לעולם חוזר,
קרעדיט פאר יז בתמוז, יישר כח,

כ'האב נעכטען נאכט דורך געקוקט אפאר אלטע אשכולות פון די אלטע קרעטשמע און דארט האט עס סאכדעס געברענגט סאו כ'האב פארגעסען.
זעהט אויס אז י"ז האט עס אויך פון דארט גענומען אבער כ'בין נישט זיכער סאו ביידע יישר כוחכם..

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יולי 30, 2006 4:37 pm

דאס קען שוין זיין, נו אדעראבע לאז ער זיך באדאנקן פאר מיר.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 31, 2006 12:03 am

חשובע פארזאמעלטע, איך פארמאג דעם פראגראם ביי מיר אין קאמפיוטער, איך האב עס שוין אריינגעשיקט פאר מעסטערמיינד און פאר פענסטער (ע"ה).

ווער עס ברויך עס, זאל מיר אריינשיקן א "יאהו" אדרעס אין אישי, און איך וועל עס אים אי"ה צושיקן בקרוב (ג'ימעיל און האטמעיל לאזן נישט אדורך די פייל).

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג יולי 31, 2006 12:36 am

קרעמער האט געשריבן:חשובע פארזאמעלטע, איך פארמאג דעם פראגראם ביי מיר אין קאמפיוטער, איך האב עס שוין אריינגעשיקט פאר מעסטערמיינד און פאר פענסטער (ע"ה).

ווער עס ברויך עס, זאל מיר אריינשיקן א "יאהו" אדרעס אין אישי, און איך וועל עס אים אי"ה צושיקן בקרוב (ג'ימעיל און האטמעיל לאזן נישט אדורך די פייל).


קענסט עס ארויפלייגן אויף RAPIDSHARE וועסטו דיך נישט דארפן ארומשפילן מיט יעדעם עקסטער

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » מאנטאג יולי 31, 2006 12:40 am

קרעמער טייערער
ס'ארבעט ביי מיר נישט עפעס מייקראו מידיע לאזט עס נישט לעבען און ער פארפירט געפערליך אז ער זאל נישט וועלען ארבעטן .. ווייסט אפשר פארוואס?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 31, 2006 12:50 am

בןהרחמן האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:חשובע פארזאמעלטע, איך פארמאג דעם פראגראם ביי מיר אין קאמפיוטער, איך האב עס שוין אריינגעשיקט פאר מעסטערמיינד און פאר פענסטער (ע"ה).

ווער עס ברויך עס, זאל מיר אריינשיקן א "יאהו" אדרעס אין אישי, און איך וועל עס אים אי"ה צושיקן בקרוב (ג'ימעיל און האטמעיל לאזן נישט אדורך די פייל).


קענסט עס ארויפלייגן אויף RAPIDSHARE וועסטו דיך נישט דארפן ארומשפילן מיט יעדעם עקסטער


יוא דו חכם, כאפסט נישט... איך בין נייגעריג אין זייערע אינסטענט מעסעדזש אדרעסן.

----
מעסטערמיינד, איך קען זיך נישט אויס דערמיט, פרוביר זייער וועבזייטל.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יולי 31, 2006 9:39 am

קרעמער;

מיין אדרעס האסטו שוין, זיי אזוי גוט און שיק אריין.

טענק יו אין עדווענס.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג יולי 31, 2006 9:46 am

יו טאטע אין הימעל, אונזערע 1662 הודעות אין דעם נייעם קרעטשמע, איז "נאר" פון שטאחט טייפן?...

וואס גייט דא זיין?


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט