שיערן א פרינטער צווישן 32 ביט און 64 ביט קאמפיוטערס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

שיערן א פרינטער צווישן 32 ביט און 64 ביט קאמפיוטערס

תגובהדורך האניג » מאנטאג אפריל 11, 2011 2:04 pm

כ'האב א ווינדאוס זיבן 64 ביט קאמפיוטער, און כ'וויל דרוקען אויף א פרינטער וואס איז קאננעקטעד צו א 32 XP קאמפיוטער (מיר זענען קאננעקטעד דורך א נעטווארק). פשוט כפשוטו גייט עס נישט. כ'האב מיר שוין א שטיק צייט צוריק געמיטשעט א לאנגע צייט דערמיט אן קיין ערפאלג, ס'מיר יעצט איינגעפאלן פון פרעגן דא. איינער קען זיך אפשר אויס דערמיט? שכוח!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אפריל 11, 2011 2:19 pm

דו דארפסט דאונלאודען די 64 דרייווערס פון די קאמפאני'ס וועבסייט (אויב זיי האבן), און טוישן דעם PORT צו די נעטווארק. מעגליך אז דו וועסט דארפן קודם אינסטאלן דעם פרינטער לאקאל ביי דעם 64 קאמפיוטער כדי צו קענען אינסטאלן די דרייווערס, און נאכדעם צוריקלייגן דעם פרינטער צום 32 קאמפיוטער און טוישן די PORT כנ"ל.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מאנטאג אפריל 11, 2011 2:21 pm

שכוח מאשקע! עמער פרובירן!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » מאנטאג אפריל 11, 2011 7:30 pm

אני הקטן האב געהאט דעם זעלבן פראבלעם, איך האב עס פרובירט אייער עצה אבער עס האט מיר נישט געהאלפן. עס איז א HP 4100N
כ'האב דאונלאדעד די דרייווער אבער אן קיין הצלחה
איינער האט עפעס אן אנדערע אופן? יישר למפרע

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג אפריל 12, 2011 2:40 pm

אור חדש, גאמאנימיצטארעף.

איך האב די זעלבע פרינטער ווי דיר. ווען איך האב געהאט ווינדאוס XP האט עס געפרינט שנעל ווי א מזמור, זינט איך האב געטוישט צו ווינדאס 7 64 ביט, פאנפעט ער זייער אונטער מיט די שנעלקייט.

די חידוש איז אבער נאך מער, אז איך האב עטליכע קאמפיטער קאנעקטעד צו די ווינדאוס 7 קאמפיוטער דורך א נעטווארק, און די קאמפיוטער וואס ראנט אויף XP פרינט א מחי' ווי אמאל, און די אנדערע קאמפיוטער וואס ראנט אויף ווינדאס 7 32 ביט, פרינט אמאל יא, און אמאל גענצליך נישט.

איינער קען העלפן ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » דינסטאג אפריל 12, 2011 2:56 pm

איך האב א ווינדאוס 7 32 bit
עס פרינט אן קיין שום פראבלעמען
אבער ווען עס קומט צו די 64 קען איך מיך נישט קיין עצה געבו

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 10:44 pm

גוגל האט אזא זאך ווי cloud print דאס מיינט אז איינמאל די סעיווסט א פרינטער צו דיין גוגל אקאונט קענסטו פרינטן פון ווי אימער די זאלסט נאר זיין, אפילו פון דיין סעלפאון! אן ברויכן אינסטאללן עני דרייווערס.

די קענסט ארויפלייגן פרינטערס דורך אריינסיינען צו דזשימעיל פון א קראום בראוזער און גיי צו פרעפערענסעס....
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט